Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
30
Einzelbild herunterladen

דידאָזיקע בּאַמיאוּנגען זיינע אוּן אויך מיין בּאַגער צי קריגן אַ גרויסן נאָמען האָבּן בּיסלעכווייז דערגרייכט זײיער ציל. מיין פאָטער האט אָנגעהױיבּן פילן, אז פוּן איצט אָן האט שוין נישט קאָצין אוּן זיינס גלייכן דאָס רעכט אים אָפּשטױסן מיט פאַראכטוּנג: ,שלום געצל, נהאָט דיר שוין וויפי? מאָל געזאָגט, אז אַ מלמד דאַרף זיןך נישט אַריינמישן אין אַזעלכע געשעפטן!*- איצט איז ער דאָך שוין נישט קיין פּשׁוּטער מלמד. די גאַנצע וועלט ווייסט, אז בּיי אים אין שטובּ װאַקסן אין דער פּאָרם פון אַ ווילדן אוּן בּאָרװועסן יינג? צוויי טויזנט רוּבּל נדן, אז דידאָזיקע יהוּדית, וװאָס האט אַ געשטיפּלט פּנים, בּאַדעקט מיט גרויסע פלעקן, האָט אַ געבּענטשטן בּויך, אַ קװאַל פוּן ,עילויים".

אוּן אז סעלעגט אים אַמאָל זיין גוּט אויפן האַרצן אוּן דאָס גליק פּלעגט זיך אַריבּערגיסן איבּער אַלע בּרעגעס אוּן אַרױסשפּאַרן אין דרויסן אַרױס, פלעגט ער קוּמען זיך טיילן מיטן גליק צו דערזעלבער יהוּדית, וועלכע פלעגט אין אַזעלכע מיגוטן פאַרגעסן אירע אַלע יסוּרים אוּן בּזיונות און פלעגט פּוֹל װערן מיט דאַנקבּארקייט אוּן נחת אָן אַ סוֹף. די פיס פלעגט ער פּאַרלײגן איינעם אױיפן אַנדערן, ר'פלעגט זיך אָג. שפּאַרן אויפן ווענט?ל פון שטו?, פלעגט רעדן געלאַסן װאָרט בּיי װאָרט אוּן מיט פאַרגעניגן מאַריך זיין אינם דערציילן-­וועגן זיין גרויסקייט אוּן אָנגעזעענקייט: אז ער איז גישט קיין מלמד וי אַלע מלמדים, ער איז אַ מלמך נאָר אין חדר אן אין דער וװעלט איז ער א ,בּאַלעבּאָס". דעם לעצטן יוֹם. טוב איז ער געווען אויך בּיים גביר אין שטוּבּ,

-- פּאַרשטײיסט, יהוּדית 1

-- איך פאַרשטיי, כיפאַרשטיי.. וואס איז דאָ פאַראן צוּ פאַרשטיין 1

= אַי, אַ יידענע בּלייבּט אַידענע!.. קענסט נישט פאַר. שטיין... קאָצין האט דאָך געהאט אַ הנוכּת-הבּית, האט ער 0