טוט מיר זייער בּאנג פארוואָס אי האָבּ פארשוועכט מיין שווייגן, אוּן איך װער מיר נמאס אין מיינע אייגענע אויגן. איך רוק מיך אריין אין א ווינקל,
מיינע מיטשמוּעסער רעדן צווישן זיך אַלין. קליינשטיין דערציילט פאַקטן אוּן נייעסן, גענוּמענע פון דער אַפּטײק, װוּ ער אַרבּעט, אַלס שילער, אוּן פיסמאַן טיילט זיך מיט זיין מריינט מיט זיינע שטאָטישע נייעס, וואָס ער הְאָט געבּראַכט פוּנם ,דענטיסטיקי.חדר, און מיט ליטעראַרישע נייעס, וװאָס ער האָט געלייענט. זייערע רייך זענען בּעשמאָלצן מיט רכילות און לשוֹן-הרע אויף דעם און אויף יצנעם. מיך פאַרגעסן זיי, נאָר פוּן צייט צוּ צייט שטעלן זיי מיר עפּעס אַ פראַגע, וו ,וװאָס איך לייען"?".
- װאָס איך, ייען? פוּגוואַנען נעמט איר, אַז איך לייען? אָגֶּער יאָ, אמת, איך לייען... וועגן קאַרל מאַרקס.., גוּט!.
- מאַרקסיזם...-- זיפצן אָפּ מיינע מיטשמוּעסער אין קערן זיך אוּם צוּ זייערע זאַכן.
די זין פאַרגײיט, די פּנימער פוּן מיינע געסט דריקן אויס עפּעס אַ מין געפיל פוּן אַנטוישטער האָפּענוּנג, וי זיי װאָלטן נישט געפוּנען בּיי מיר אין וואינונג, װאָס זיי האָבּן געזוּכט, זיי מישן אין בּלעטערן, אפשר צוּם הונדערסטן מאָל, די עטלעכע בּיכער, וואָס ליגן אויף מיין טיש, אוּן זי רייסן איבּער זייער שמוּעס, ווענדנדיק זיך צו מיר און פאָרלייגנדיק, מיר זאָלן ערגעץ גיין. אָבּער איך ריר זיך נישט פן אָרט. אין מיין צעבּרעקעלטן מוֹח שוועבּן אַרוּם בּרוּכגעדאַנקען, ווי שנייעלעך, ווען זיי טאַנצן אוּן טראָגן זיך אין אַ ווינטערדיקער זאַװיערוכע...
זײ רעדן וועגן גאָרקין, טשעכאָוון, טאָלסטאָיען.. טאָלסטאָיס אַנאַלין,.. טאָלסטאָי איו אַ מיסטיקער... ער אַליין לֶעבּט נישט לויט זיין לערע.. ער האָט געפוּנען אַ בּאַרוּאיקוּנג פאַר דער נשמה אין זיין לערע... טאָלסטאָיס לערע-- װאָס! וװאָס האָט ער געפינען? ער האָט דען פאַרענטפערט די ווידערי שפּרוּכן? צוּ דערפילן גאָטס ווילן.. דאָס איז, וװאָס אַן אמת,
155