Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
214
Einzelbild herunterladen

כד.

מיין פאטער האָט איינגעזען א גוטן סימן דערין, װאָס איך האָבּ אים אוּנטערגציאָגט, ער זאָל פאר מיר קריגן תּלמידים אוּן ער איז גיך אוועק צוּ עטלעכע ,בּאַלֶעבּאַטים" איבּערצו. רעדן מיט זי מִכּוֹח דעס, אבּער בַּלוֹיז אביגדור דער יורד, דער בּאַלעבּאָס פוּן מיל, וועלכער האט, לויט זיין אייגענער מיינונג, אַ,חוש אין לשון קודש", האט אנגענומען מיין פאָטערס פאָר. שלאַג מיט פרייד אוּן געענטפערט, אז ער װעט זיך מוסר-נטפש זיין אוֹיף פינף רוּבּל יעדן חודש אוּן וועט מיר איבּערגעבּן זיין בּן-ציון. די איגעריקע האָבּן דוֹחה געװען מיט ,קוּמט נאכאַמאָלי אוּן מיט ,מדארף זיך מיישב זיין", און דאס רוֹב האָבּן זײ געענטפערט, אז וװאָס עס װעט טאָן אלימלך אָדער משה שמערלס, דאס וועלן זי אוֹיך טאָן. משה שמערלס איז אינדערהיים נישט געווען, ער איז אַװעקגעפארן מכּוֹת זיינע געשעפטן, אוּן דעריבּער איז פארבּליבּן צו רעדן בּלוֹיז מיט אלימלכן.

אלימלך איז געזעסן אנגעלענט, האַלבּ ליגנדיק, אוֹיף דער-ווייכער סאָפּע וואס בּײ אים אין זאָל, א זאַל אײנגעאָרדנט מיט בּאַלעגאַטישן געשמאַק: א סך פאמיליעןפאָטאָגראפיעס, בּילדער פוּנם ,יידישן שיינדל", פוּן די גוּטהארציקע בּאַראָנען אוּן דעסגלייכן, אוּן אוֹיך איין בּילךד פוּן אַן אַלטן רוסישן גע. נעראל, וואס האט אודאי אליין גישט געוואוסט, ויאזוֹי איז עס אהער מגולג? געװאָרן. ר' אלימלכס הענט האָבּן געהאלטן /זיין המליץ" אוּן זיין מוֹיל האָט מיך אוֹיסגעפארשט: ער האָט געפרעגט, וי איו די בּאַציאוּנג פוּן די.א-ער יונגעלייט, פון די ,נייע* צוּ ידישקייט און ענלעכע פראגן, כּרִי ער זאל פארשטיין פוּ, מיינע תִּשׁוּבוֹת. װי האַלט עס מיט מיר אין די

24