לאי
און אין מיר אינעווייניק האָט געהערשט אַן אַפּאטיײ, אַ פּולשטענדיקע אפּאטיע, אַן אפּאטיע, אַ לגמרי אנדערע, ווי יענע, וואס האט געהערשט אין מיר פאר איר אין נאָך איר. וי ווילדפלייש איז מיין הארץ געווען, איך האָבּ געגעסן, געטרוּנקען, געשלאָפן, געלערנט מיינע איבּעריקע תלמידים, גאָר לעבּן האָבּ איך נישט געלעבּט. איך בִּין ווייט געוען פוּן צוּ פארשטיין, וויאזוי א מענטש וואנדערט ארום פּוּן איין אָרט אוֹיפן אנדערן, וויאזוי ער טוט עפעס א טאַט, כדי צוּ פאַרבּעי סערן זיין לעבּנס מצב. ס'איז מיר נמאס געוװאָרן דאָס אַל /ץ. בּכן, הייסט עס, דארף איך פאַרלאָון צ. מיין מוח האט עס נישט תופס געווען... איז דען נישט אלצייגס?
מיין גייסטיקער צושטאנד אין יענער צייט איז געוען זייער אַ משונהדיקער. איין מאדנע געפי? האט אויף מיר אויסי געעפּרײט זיין ממשלה: איך, ירמיה פּײיערמאַן, מיט מיין נאמען, מיט מיין אויסזען, מיט אלע זייטן פוּן מיין לעבּן. מיט אלע פּרטים פֿוּן מיין קיום, מיטן גאנצן גיהנום, ואָל אין מיר, מיט דער גאנצער קאמישקייט פוּן מיינע איבּער' לעבּונגען, בּין שוין איין מאָל געווען מיט אסן יארן צוריק און איך ועל זיין אין צענדליקער טוֹיזנטער יארן ארוםי. דאס איז אַ זיכערע זאך... און אויך איצט איז פאראן ערגעץ עמיצער אין מיין עלטער, וואס איז אין אלעם גלײך צוּ מיר.יי אוּן אויך מיט אים האט געטראפן אלץ, װאָס ס'האט מיט מיר געטראפן... איך האבּ אויפגעהערט צוּ דערווארטן בּריוו אפילו פון חיימאוויטשן: ער שרייבּט נישט- דארף מען נישט... 257