רוסלאנד, וואו אידן בּילדן אין די שטעט אן אבּסאלוטע מערהייט. און די מינדערהייט אין אזעלכע שטעט בּאשטיים דערצו נאך ניט פון איין נאציע, נאר פון דריייפיר, וועלכע פירן צווישן זיך א נאציאנאלן קאמף. נאר אפולו אין די פּראווינצן און ראיאנען, וואו אידן מאכן נים אויס קיין אבּמאלומע מערהייט אין די שטעט, בילדן זיי גאנץ אפט דארטן א רעלאטיווע מערהייט, ד. ה. אז אין פארגלייך מיט יעדן פון אלע איבּערינע פעלקער פון די דאזינע שטעט זיינען אירן די מערהייט. אין פֿױלן, גאליציע און אוקראינע זיינען די שטעט בּאזעצט פון פארשיידענע פעלקער, שטארק איבּערנעמישט און צעזאמעננעמישט--- און אין צענדליגער שטעט פון די דאזינע פּראווינצן, וואס זײינען אזוי געדיכט באועצט פון אידן, מאכן די אירן אוים א רעלאטיווע מערהייט. גנאר אפילו אין די שטעט, וואו אידן מאכן ניט אױיס אפילו קיין רעלאטיווע מערהייט, האבּן זי ניט אומעטום אנמקעגן זיך א קאמפּאקטע מאסע פון איין נאציע, נאר אפט א קאמבּינאציע פון פארשיידענע פעלקער, צווישן וועלכע דאס אדער יענץ פאלק מוז זוכן אין זיין קאמף מיט א שטארקערן קעננער שטיצע בּיי דער אידישער בּאפעלקערונג,
וי וויכטיג סאיז אבּער ניט די פראנע וועגן אבּסאלוטער אדער רעלאטיווער מערהייט אין דעם אדער יענעם פּונקט, מייגען מיר, אז נאך וויכטינער איז די אבּסאלוטע צאל אידן, וואס איז קאנצענטרירט אין אזא מין ארט. ווארום מעג די אידישע בּאפעלקערונג אין דער אדער יענער שטאט בּילדן לנבי דער איבּערינער בּאפעלקערונג ניט נאר קיין גרויסן פראצענט, אויבּ אבּער אבּסאלוט וואוינט צוזאמען א גרויסע קאמפּאקטע מאסע, ווערן שוין כּאשאפן גיגצינע בֹּאדינגונגען פאר א זעלבּשטענדיגן קולטורעלן לעכּן, ווערן שוין אין דער דאזיגער געדיכטער מאסע אויסגעארבּעט געגוג ווידערשטאנדס-מיטלען קעגן דער השפעה פון דער מערהייט. און אין דעם פרט זייגען די דאטן, וואס מיר פארמאגן, סמש איבּערראשנדינע.
נעמען טור אין רוסלאנר קהלות מים מער פון 28 מויזנט אידן, וועלן מיר געפינען, אז אין אזעלכע קהלות וואוינען בּיי היינטיגן מאג מער פון א פערטל פון אלע רוסלענדישע אירן. אין איין שטאט ווארשע וואוינט כמעט א פינפטל. פון אלע פּויליש-רוסישע אידן. אין פינף עסטרייכישע שטעט(ווין, קראקע, לעמבערג, משערנאוויץ און פראג) זיינען קאנצעגטרירט מער פון א פערטל פון אלע עסטרייכישע אידן. אין איין שטאט בודאפּעשט געפינען זיך 9 פראצענט פון אלע אונגארישע אירן. 28 פּראצענט פון אלע פּרייסישע
34