ווענן דער אבסאלומער צאל אידן אין רוסלאנד פאר דער צייט בִּיז דרע פאלקס-ציילונג פון 1897ימן יאר זיינען פאראן ציפערן, וואם האבּן זעהר אַ קנאפּן ווערט. אין אנהויבּ פון 19-טן יארהונדערט איז געווען אין רוסלאנד (מים פּױלן) בּערך פון א מיליאן בּיז א מיליאן מיט צוויי הונדערט טויזנט אידן. לוט די אויסרעכענונגען פֿון יאָסט זיינען געווען אין 1848ימן יאר אין רוסלאנד (מיט פּױילן) 600000 1 אידן. מיר וועלן זיין א סך נאהענטער צום אמת, ווען מיר װועלן אננעמען, אז צום סוף פון דער ערשמער העלפט פון 19יטן יארהונדערט זיינען געווען אין רוסלאנד(מיט פּױלן) גיט וויינינער פון צוויי מיליאן אידן,
מיר װעלן בּריינגען די דאטן, וואס מיר פארמאנן פון פריהערדיגע צייטן ווענן פארשיידענע מיילן פון רומלאנד, הנם, וי מיר האבּן שוין בּאמערקט, זי האבּן נאר א בּערכדיגן ווערט.
די 95 נובערניעם פונם תּחום קאנען געטיילט ווערן אין 4 גרופּעס לויט דעם, ווען די אידישע בּאפעלקערונג האט זיך דארטן בּאזעצט און ווען די גובּערניעם זיינען אריין אין רשות פון דער רוסישער מלוכה:
1. 9 מערב-נובערניעם(ווילנער, וויטעבסקער, וואלינער, גראדנער, קיעווער, קאוונער, מינסקער, מאהילעווער און פּאדאליער), וואו אידן וואוינען פון לאנגע הונדערמע יארן, וועלכע האבּן אלע געהערט בּיון סוף פון 18-מן יארהונדערט צו דער פּוילישער מלוכה און זיינען ערשט נאך די צעמיילונגען פון דער לעצטער אריבּערנעגאנגען צו רומלאגד*),
9 10 נובּערניעס פון פּױילן(ווארשעווער, קאלישער, קעלצער, לאטושער, לובּלינער, פיעטערקאווער, פּלאצקער, ראדאמער, סעדלעצער און פווואלקער), וואס האבּן אויך א אידישן ישוב נאר פון אמאליגע יארן און וואס זיינען אין דער מאס, וי מיר נעמען זי איצט, אריבּער צו רוסלאנד ערשט אין אנהויב פון 19-טן יארהונדערט,
3 די גובּערניעס פון לינקן בּרעג דניעפּר(פאלטאווער און טשערניגאווער), וואס זיינען א סך פריהער פאר דעם צעפאלן פון דער פּוילישער מלוכה אריבער צו רוסלאנד און זיינען געווען אונטערגעווארפן די אלע בּאנרעניצונגען, וואס האבּן עקסיסטירט בּנוגע די אידן אין גרויסירוסלאנד. די אידישע בּאפעלקערונג איז דארטן געווען בּיזן סאמע סוף פון 18ימן יארהונדערט זעחר א קליינע און שימערע און ערשט אין 19-מן יארהונדערט ווערן זי קאלאגיזירט פון עמיגראגטן פון ווייםירוסלאנד און וואלין.
*) חוץ דער שמאט קיעוו,
30