אידן האט' זיך די בּאפעלקערונג פארגרעסערט נאר אויף 23 פּראצענט, און די אלנעמיינע בּאפעלקערונג איז אויסגעוואקסן פאר דער צייט אויף 40 פּראצענט. דאס איז נעווים ארויסגער:פן פון דעם, וואס די אידישע עמיגראציע האט אין אנהויבּ פון 90ימן יארהונדערט פארכאפּט אויך די נובּערניעם פון ניי-רוסלאנד, הנם בַּכַלֹל איז דארט די עקאנאמישע לאגע פון די אידישע מאסן א סך פעסטער און זיכערער, וי אין ליטע און ווייס-רוסלאנד. מע מוז אבּער צוגעבּן, או אויך דער נאטירליכער צווואקס איז שטארק נעפאלן אין ניי-רומלאנד אין די לעצטע יארן,
בּאזונדער אינטענסיוו איז געווען די צווואנדערונג פון אנדערע גובּערניעס קיין ניי-דוסלאנד בּיון 1897-טן יאר. וי בּאקאגט, ווערט פארדאפּלט די בּאר פעלקערונג. בי א צוויי-פּראצעגטיגן יארליכן צווואקס אין 34 יאר.= לויט דעם דאזיגן חשבּון וואלטן בּאדארפט זיין אין גיי-רוסלאנד אין 1880-טן יאר מאקסימום 0 מויזנט אידן. ס'זיינען אבער געווען אין דעם יאר קרוב צו 870 טויזנט אידן--, קומט אויס, אז בּיז 170 טויזנט אידן זיינען אנגעקומען קיין ניי-רוסלאנד פון אנדערע גובּערניעם פון תּחום. שפּעטער פון 1880-טן יאר איז דער צווואקס בּײ דער אידישער בּאפעלקערונג בּכלל שוין געוויס געפאלן, נאר נעמענדיג אין אכט, אז בּיײ אן אימיגראנטן-באפעלקערונג איז דער פּראצענט פון יונגע לייט העכער, וועלן מיר צולאן, אז אויך אין די יארן פון 1880 בּיז 1897 איז געווען אין ניי-רוסלאנד א צווייפּראצענטיגער יארליכער צווואקס.= אפילו בּיי אזא הויכן צווואקס וואלט די אידישע באפעלקערונג בּאדארפט בּאטרעפן אין 1897-טן יאר 0 טויזנט, און זי האט בּאטראפן מער פון 730 טויזנט. קומט אויס, אז אין משך פון 16.--17 יאר זיינען געקומען פון אגדערע נובּערניעס פון תּחום קיין ניירוסלאנד 280 טויזנט אידן, וואס ס'מאכט אוים בּיז 15 טויזנט א יאר.
פון די פיר נובּערניעס פון נייירוסלאנד האט בעסאראביע שוין אין 1844יטן יאר געהאט פארהעלטניסמעסיג א גרויסע צאל אידן-- 48943, מער פון(/800 פון אלע אידן פון גיי-רוסלאנד. די אידן האבּן דעמאלט אויסגעמאכט אין בּעד סאראבּיע 6,9 פּראצענט פון דער אלגעמיינער בּאפעלקערונג. אין 1897 יאר זיינען געווען אין בּעסאראבּער גובּערגיע 228828 אידן, ד. ה. מער וי פיר מאל אזוי פיל, וי אין 1844ימן יאר, און זי האבּן אויסגעמאכט 118 פּראצענט פון דער אלגעמיינער בּאפעלקערונג. נעמען מיר אראפ די בּעסאראבּער אידן פון דער צאל אידן אין גאנץ ניי-רוםלאגד, וועלן מיר ערשט זעהן, וי נרויס דער צווואקס איז געווען,
36