Druckschrift 
Dos idishe folḳ in tsifern / Yanḳev Leshtsinskiדאס אידישע פאלק אין ציפערן / יעקב לעשצינסקי
Seite
48
Einzelbild herunterladen

39 אידן. מיר װועלן שפּעטער זעהן, פון וויפיל נאציאנאלע גרופּעס בּא­שטייען די איבּעריגע איינוואוינער פון די שטעט פון ליטע און ווייס-רוסלאנד, און דעמאלס וועלן מיר ערשט פארשטיין, וואס פאר א כֹּח די אירן פארמאגן אין די שטעט פוגם דאזיגן קאנט. גיט אזוי גינציג איז די לאנע אין פּױלן. דא בּילדן די אידן אין די שטקט סךיהכל 7 פּראצענט, האבּנדיג אנטקעגן זיך א מערהייט פון העכער זעכציג פראצענט, וועלכע בּאשטייט זעהר אפט כּמעט אויסשליסליך פון איין נאציאנאלער גרופּע--- פון פּאלאקן. דער דאזינער חסָרון קויפט זיך אבּעך אויס מיט דעם, וואס אין די פּױלישע שטעט זיינען קאנצענטרירט אבּסאלוט גרויסע מאסן אידן. די אידן אין ווארשע מאכן טאקי אויס נאר קוים 36 פראצענט(1913), און די פאלאקן בּילדן דארט 86 פּראצענט (1918); די אבּסאלוטע צאל אידן איז אבּער אזא נרויסע, או די אסימילאציע קאן דא האבן זעהר שוואכע ווארצלען און, פארקערט,. די נאציאנאלע קולטור געפינט דא דעם נינצינסטן בּאדן.= און די שטעטלאך פון פּױלן מאכן שוין רי אידן אויס כּמעט א העלפט-- 3,ת4,

נאך א קלענערן פּראצענט, וי אין פּױלן, מאכן. די אידן אויס אין די שטעט און שטעטלאך פון אוקראינע--- 312 פראצענט אין די שטעט און 202 פראצענט אין די שטעטלאך. וי מיר װעלן אבער זעהן שפּעטער, ווען מיר װועלן איבערגיין צום נאציאנאלן צוזאמענשטעל פון די שמעט, איז די לאגע אין אוקראיגע אין דער אמתן א סַך גינציגער, וי אין פּױלן. אין אוקראיגע איז ניטא קיין איין גאציע, וואס זאל בילדן א מערהייט אין די שטעט. די באפעל­קערונג פון די שטעט פון אוקראינע באשטייט מערסטנטיילם פון דרי גלייכע פעלקער"גרופּעס: אידן, גחויםירוסן אוּן אוקראינער,

אין בעסאראביע מאכן די אידן אוים ,37 פּראצענט אין די שטעט, און אין די שטעטלאך מער פון א העלפט-- ח,מ8,

מיר זעהען, אז דוקא אין די קאנטן, וואס פארמאגן א גרויסע פאבריקאציע און וואס זיערע שטעט ציהען צו צו זיך א גרויסן פראצענט פון דער אידישער קאַנט-בּאפעלקערונג--- דוקא אין די דאזיגע פראוויגען בילדן די אידן לנבי דער אלגעמיינער באפעלקערונג א קלענערן פראצענט אין די שטעט. דאס דער­קלערט זיך דערמיט, וואס אין די אינדוסטריעל אנטוויק;טע קאנטן עמיגרירן אין די שטעט גרויסע ניט-אידישע מאסן, און דעריבער קומט אוים, אז דוקא אין די גובעוניעס, וואו דער גרעסטער פּראצענט אידן איז קאנצענטרירט און די שטעט

םג מאכן די אידן דאך אויס לנבי דער גאנצער בּאפעלקערונג א קלענערן פּראצענט