Druckschrift 
Dos idishe folḳ in tsifern / Yanḳev Leshtsinskiדאס אידישע פאלק אין ציפערן / יעקב לעשצינסקי
Seite
59
Einzelbild herunterladen

אינישע אידן--- 43,0. נאר דער מינימום בּיי אידן איז אויך א גענוג הוכער, מער פון צְוויי פינפטל. די גרעסערע קאנצענטראציע פון די פּוילישע אידן אין שטעט איז א רעזולטאט פון עקאנאמישע סבּות--- פונם אנטייל פון די פּוילישע { אירן אין דער אינדוסטריע. די דאזיגע נרעסעדע קאנצענטראציע אין די שטעט איז אבּער נופא געווארן א פאקטאר פאר דער עקאנאמישער, פּאליטישער און { קולטורעלער אנטוויקלונג פון די פּוילישע אידן. מיר קאנען זיך דא ניט אפּשטעלן בּאריכות אויף דער דאזיגער פראגע. סאיז אבּער קלאר, אז אויבּ דאס פּוילישע = אידנטום האט בּיז איצט נעשפּילט א גרעסערע ראלע אין אידישן פּאליטישן און קולטורעלן לעבּן, וי דאס אוקראינישע אידנטום, איז דאס געוויס ניט קיין צופאל, און דער שטאטישער כאראקטער פונם גרעסטן טייל פון די פּוילישע אידן האט אין דעם א גרויסן חלק.

נעמען מיר די גרויסירוסן, זעהען מיר, אז וואס ווייטער א קאנט לינט פון

די גרויס-רוסישע גובּערניעס, אלץ א גרעסערער פּראצענט פון זי געפינט זיך

אין די שטעט. אין לימע און ווייסירוסלאנד און אין אוקראינע, ואס זיינען שפנישע קאנטן מיט גרויסירוסלאנד, וואו בּכלל סאיז ווען סניט איז געווען אן אגרארע גרויס-רומישע קאלאניזאציע, לעבּן אין די שטעט פון 37,0 פּראצענט

ליטע און ווייס-רוסלאנד) בּיז 40,8 פּראצענט(אוקראינע) פון אלע גרויסירוסן;

בּעסאראביע שוין 458 פּראצענט און אין פּױלן, וואו סנאר ניטא קיין

גהויס-רוסישע דערפער, וואו די נאנצע גרויסירוסישע בּאפעלקערונג באשטייט כּמעט נאר פון מיליטער, אדמיניסטראציע, בּאאמטע און לעריפערסאנאל--­, ט דארטן וואוינען אין די שטעט 63,8 פּראצענט פון אלע נרויסדרוסן. די פּאלאקן האבּן דעם קלענסטן פראצענט שטאטישע בּאפעלקערונג אין אוקראינע--­זער גרעסטער פּראצענט פּאלאקן אין אוקראינע בּאשטייט פון גרויסע ערר­זיצער, וואס וואויגען אין זיערע מאיאנטקעס. דער קאמף פון דער רוסישער זעגירונג מים די פּוילישע פּריצים אין לימע און ווייסירוסלאנד האט געיאנט די לעצטע אין די שטעט-- און אין דעם דאזיגן קאנט וואוינען שוין 26,8 פּראצענט ון אלע פּאלאקן אין שטעט. פארשטייט זיך, אז דאס איז אויך א נידעריגעף פראצענט, און די פּױילישע בּאפעלקערונג בּלײבּט אויך אין ליטע און אין וייסי פלאנד א דארפישע אדער ריכטינער געזאגט א מאיאנטעקיבּאפעלקערונג, ווייל

* בּאשטייט אויך דארט מערסטנטיילס פון גוט-בּאזיצער. אין פּױלן נופא,

זאו פון די אידן וואוינען אין די שטעט מער פון זעכציג פּראצענט, מער פון

* פינפטל, לעבּן אין שטעט נאר 18,6 פראצענט פון אלע פּאלאקן, ווייניגען

9