ווייטע קאנטן פון דער רוסישער מלוכה, װי קאווקאז און סיבּיר, איז גאר א קלייגע צאל אידן, אי אבסאלוט אי רעלאטיוו.
מער פון 80 פראצענט פון אלע אידן פון אויסערן תחום וואוינען אין שטעט, אי דאס ניט צעווארפן אין א סך שטעט, גאר, פארקערט, צונויפגעזאמלט אין ניט קיין בּאדייטנדיגער צאל גרויסע שטעט. אזוי, למשל, פון 978 15 אידן, וואס האבּן געלעבּט אין דאנער גענגט, זיינען געווען אין איין שטאט ראסטאוו 8388 11, ד. ה. כמעט 75 פּראצענט. פון 704 8 אידן, וואס זיינען געווען אין מאסקווער גובּערניע, זיינען געווען אין דער שטאט מאסקווע אליין-- 8473, ד. ה. 97 פּראצענט. פון 122 21 אידן אין פּעטראנראדער גובּערניע זיינען געווען אין איין פּעטראגראד--- 281 17, ד. ה. 82 פראצענט. פון 13664 אידן פון כארקאווע גובּערניע זיינען געווען אין דער שמאט כארקאוו--- 11018, ד. ה. מער פון 0 פּראצענט. אלזא אויך אויסערן תחום בּילדן זיך פון די אנגעפארעגע אידן גרעסערע אידישע קהלות. בּי איצטיגן מאמענט זיינען שוין אין א סך נרויסע שטעט פאראן גאנץ בּאדייטנדינע אידישע קהלות. די קהלות פון פּעטראגראד, מאסקווע און כארקאוו ציילן יעדע פון זי ניט ווייניגער פון 80 טויזנט אידישע איינוואוינער.. אין ריגע איז אין 1913-טן יאר געווען-- 83691 אידן,
פראגעס.
1. װיפול זיינען געווען אידן אין 1897-יאר אויסער די 98 נובּערניעם פון תחום?
. וויפיל פון זי-- אין בּאלטישן קאנט? אין פּעמערבּורנער גובּערניע? און דאנער גענגט? אין קאווקאז? אין סיביר?
3. וואס פאר א פּראצענט פון אלע אידן פון אויסערן תחום וואוינען אין די שטעט?
4 וואס פאר א פּראצענט אידן וואוינט אין דער נובּערניע-שטאט: אין מאסקווער גובּערניע? אין פּעטערבּורגער נובּערגיע? אין כארקאווער גובּערניע?
װי גרוים זיינען איצט די אידישע קהלות: אין מאסקווע? אין כארקאוו? אין פּעטערבּורג?