דער נאטירליכער צווואקס בּיי דער אידישער בּאפעלקערונג אין גאליציע איז בִּכְלַל זעהר א הויכער און בּאזונדערס הויך איז ער בּיי דער דארפישער אידישער בּאפעלקערונג און ער איז געוויס געווען ניט ווייניגער פון צוויי פּראצענט יערליך, אויבּ נים נאך העכער. דער נאמירליכער צווואקס בּיי דער דארפישער אידישער בּאפעלקערונג אין נאליציע האט בּאדארפט זיין פאר די דרייסיג יאר-- פון 1889-טן בּיז 1910-טן--- קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט נפשות, דער פאקטישעריזשע צווואקס איז געווען סך-הכל 46839. די איבּעריגע 180 מויזנט אידן האבּן עמיגרירט אין די שטעט און קיין אמעריקע. אין די שטעט איז נעבּליבּן פון זי נאר א קליינער פּראצענט, און דער גרעסטער טייל האט עמיגרירט קיין אמעריקע, ווארום בּארעכנט מען דעם נאטירליכן צווואקס פון דער שטאטישער אידישער בּאפעלקערונג אין גאליציע, זעהט מען, או דער פאקטישער צוואקס איז ניט קיין סך גרעסער פון אים. דאס אייגענע, וואס מיר האבּן נאר וואס קאנסטאטירט בנוגע צום דארפישן גאליצישן אידגטום, קומט פאר אויך מיט דעם שמעטלישן נאליצישן אידנטום, נאר א בּיסל אין א שוואכערער מאס.
נייען מיר איבּער צו דער שטאטישער בּאפעלקערונג אין בּאזוגרערע טיילן פון גאליציע.
אין מערב-נאליציע האבּן געלעבּט אין שטעט אין 1910-- 8378 אידן, וואם ס'האט אויסגעמאכט 39,2 פּראצענט פון אלע אידן פון מערב-נאליציע. אין מזרח-גאליציע האבּן געלעבּט אין 1910ימן אין שטעט-- 214400 אידן, וואס סהאט אויסנעמאכט 32,8 פּראצענט פון אלע אידן פון מזרח-גאליציע. זעהען מיר, אז אין מערב-גאליציע, וואו די אינדוסטריע איז מער אנטוויקלט, וואו די שטאטישע בּאפעלקערונג מאכט בּכלל אויס א גרעסערן פּראצענט פון דער אלגעמיינער בּאפעלקערונג, וואו, ענדליך, דער נאציאנאלער און סאציאלער קאמף פון דעם ארגאניזירטן פּױלישן פּױער אין דארף און אין שטעטל צווינגט דעם אידישן קליין-קרעמערל, מעקלערל, לופט-מענשל וכדומה זוכן פּרנסה אין די גרעסערע שטעט--- אט דארטן איז דער פּראצענט פון דער אידישער שטאטישער בּאפעלקערונג גרעסער, וי אין מורחינאליציע, וואס איז נאך א ריין אגראריש לאנד, און דער פּױער כאפּט זיך ערשט אויף צו א בּאוואוסטזיניגן נאציאגאלן און סאציאלן קאמף.
וואס פאר א פראצענט לגבּי דער אלנעמיינער בּאפעלקערונג מאכן אויס די אידן אין די שטעט פון גאליציע?
100