Druckschrift 
Dos idishe folḳ in tsifern / Yanḳev Leshtsinskiדאס אידישע פאלק אין ציפערן / יעקב לעשצינסקי
Seite
112
Einzelbild herunterladen

: קאפּיטל 10. 04/, 2 די אידן אין אונגארן. אונגארן פארמאגט א גאנץ גרויסע און געדיכטע אידישע מאסע, וואס וואוינט אינם דאזיגן לאנד שוין לאנגע הונדערטער יארן. די פאלגנדיגע ציפערן געבּן א פארשטעלונג וועגן דעם וואוקם פון דער אידישער בּאפעלקערונג אין אין 1782יטן 089ק1} אידן אין 1808יטן 816 197 אין 1880יטן= 400 359 אין 641 858 אין 1900יטן 378 851 אין 1910-טן 486 939, נעמען מיר אָן די דאטע פון 1788-טן יאר פאר 100, בּאקומען מִיר פאלנג­דינע שורה ציפער, וואס מאלט בּולט דעם אינטענסיוון וואוקס פון דעם אוג­גארישן אידנטום: 5 100 9 /110 0./ 460 9. /788 0/ 1134 0/ 1941 אין משך פון 198 יאר האט זיך דאס אונגארישע אידנטום פארנרעסערט מער פון צוועלף מאל: פון יעדע הונדערט אידישע נפשות אין 1782-טן יאר איז געווארן בּיז 1910יטן יאר-- 1241 נפשות. פארשטייט זיך, אז דאס דארף ניט געשטעלט ווערן נאר אויפן חשבון פון דעם נאטירליכן צווואקס. דא האט געווירקט אויך די אימיגראציע פון עסטרייך, דער עיקר פון גאליציע. דאך מוז מען מודה זיין, אז דאס נאטירליכע פארמערן זיך פון די אונגארישעץ אידן איז געווען זעהר גרויס אין משך פון גאנצן 19-טן יארהונדערט. די פאלננדיגע טאבּעלע װעט אונז געבּן א פארשטעלונג וועגן דעם וואוקס פון דער אידישער בּאפעלקערונג. אין פארגלייך מיט דער אלגעמיינער בּאפעלקע רונג פאר די לעצטע 41 יאר(1869.---1910),

112