אין די ערשטע דרייסיג יאר--- פון 1819 בּיז 1849-טן יאר-- איז די אידישע בּאפעלקערונג פון פּױזן פארנרעסערט געווארן אויף מער פון 20 טויזנט אידן, אויף 87,9 פּראצענט. פון דעמאלט אן הויבּט זיך אן די אומאויפהערליבע פארקלענערונג פון דער אידישער בּאפעלקערונג, וואס מען זעהט בּולט פון דער לעצטער שׁוּרה פון דער טאבּעלע. נעמען מיר די צאל אידן פון 1849יטן יאר פאר 100, קומט אויס, אז אין 1910-טן יאר איז פון די-דאזיגע הונדערט גע ווארן סך-הכל 34,8. די פארקלענערונג פאר 60 יאר דערגרייכט 68,8 פּראז צענט, צוויי דריטל. בּנוגע צו דער אלגעמיינער בּאפעלקערונג האבּן אידן אויסגעמאכט אין פּױיון: אין 1849ימן יאר-- 8,70 פּ-אצענט און אין 1910-טן יאר שׁוין נאר 1,26, כּמעט פינף מאל ווייניגער.
בּיז די זיבּציגער יארן האט אויסגעוואנדערט פון פּױון דער אירישער ארימער בּעל-מלאכה, וועלכער האט אפּנעטראטן זיין ארט דעם פּױלישן בּעל-מלאכה; שפּעטער איז אבּער געקומען אויך די רייהע פאר די אידישע בּורושואזע קלאסן און פון די 70יער יארן אן ווערן ארויסגעשטויסן פון פּױזן אפילו די אידן, וואס האבּן עקאנאטיש זיך דערשלאגן א גאנץ הויכע מדרנה. די סבּות, וועלכע האבן נעבּראכט דערצו, או די אידן האבּן געמוזט פארלאון פּױזן, זיינען בּערך דיזעלבּע, וואס אין בּעהמען און אין מערן. וואס מער די פּױלישע בּאפעלקערונג האט זיך בּאזעצט אין די שטעט און האט זיך אנגעהויבּן פארנעמען מיט שטאטישע פּראפעסיעס, וואס מער סזיינען אויסגעוואקסן די בּירגערליכע קלאסן בּיי דער ארומיגער בּאפעלקערונג, וואס פארבּיטערטער סאיז געווארן דער גאציאנאלער קאמף צווישן די פּאלאקן און די דייטשן און וואס מער דער דאזינער קאמף האט בּאאיינפלוסט דאם עקאנאמישע לעבּן,-- אלץ ווייניגער ארט איז געבּליבן פאר דער אידישער פארמימלעריי און פאר דער אידישער האנטווערקעריי, אלץ מער האט דער צווישן-עלעמענט געמוזט ארויסגעשטויסן ווערן.
ערשט צוריק מיט 70 יאר האבּן די אירן געשפּילט גאר א בּאדייטנדיגץ ראלע אין די שטעט פון דער פראווינץ פּױזן-- זי האבּן אבּער געמוזט אפּטרעטן דאם ארט די פאלאקן. װי ס'איז געפאלן די צאל פון די אידן אין די שטעט זעהט מען פון ציפערן, ז. 199.
מיר זעהען, אז אין 1840-טן יאר זיינען נאך געווען 26 שטעט, וואו די אידן האבּן אויסגעמאכט מער פון 20 פּראצענט פון דער נאנצער בּאפעלקערונג און אין 1908-טן איז שׁוין ניט געווען קיין איין שטאט אזעלכע אין נאנץ פּױון. אין 1840-טן יאר זיינען נאך געווען אפילו צוויי שטעם, וואו אירן
128