Druckschrift 
Dos idishe folḳ in tsifern / Yanḳev Leshtsinskiדאס אידישע פאלק אין ציפערן / יעקב לעשצינסקי
Seite
152
Einzelbild herunterladen

יט בי שי, 2 6 ­

די אידן אין פראנקרייך, בּעלגיע און אנדערע אייראפּייאישע מלוכות.

קאפּיטל 18.

מיר האבּן בּיז אהער גערעדט וועגן די אידן פון די לענדער און מלוכות אין אייראפּע, וואו סזיינען פאראן מער פון 100 טויזנט אידן, חוץ דער איירא-" פּייאישער טערקיי, וועלכע װעט בּאהאנדעלט ווערן שפּעטער. איצט איז אונן נאך געבּליבּן זיך אפּשטעלן אויף די קליינע גרופּעס אידן, וואס געפינען זיך אין

רי איבּעריגע אייראפּייאישע מלוכות, ).11 מיר הויבּן אן פון פראנקרייך, הגם וועגן די אידן פונם דאזיגן לאנד זייגען

44

געט

ג.א.} 4 פאראן גאר וייניג סטאטיסטישע ידיעות. ערב דער מלחמה איז געווען אין רג מ? פראנקרייך בּערך הונדערט טויזנט אידן, פון וועלכע 78 טויזנט האבּן געלעבּט יי אין פּאַריזש. ווענן דער אנטוויקלונג. פון דער אידישער קהלה אין פּאריזש זייגען פאראן אייניגע דאטן. אין סאמע אנחויבּ פון 19-טן יארהונדערט איז אין פּאריזש געווען קרוב צו דריי טויזנט אירן; אין 1819-טן יאר-- זיבּן טויזנט; אין 1868-טן -- דרייסיג טויזנט; אין 1904-טן. יאר--- זעכציג טויונט און און 1914-טן--­5 טויזנט אידן. פאר הונדערט יאר איז די אידישע קהלה אין פּאריזש אוים­געוואקסן מער פון 28 מאל. דער וואוקס פון דער פאריזשער אידישער קהלה איז גענאנגען דעריעיקר ניט אויפן חשבּון פון די ארטיגע פֿראנצויזישע אירן, נאר מער אויפן חשבּון פון דער עמיגראציע פון אנדערע לענדער. ראשית, האבן עמיגרירט קיין פּאריזש בּערך א סך אידן פון עלזאסילאטאַרינגיע, נאכדעם וי די דאוינע פּראווינצן זיינען אריבּערגעגאנגען צו דייטשלאנד נאך דער מלחמה פון 1871-טן יאר; נאר נאך א גרעסערע איינוואנדערונג איז געגאנגען פון עסט­רייך און רומלאנד, פאר וועלכע פאריזש איז געווארן א מין טראנזיט-פּונקט אויפן וועג קיין אמעריקע. דער גרויסער עמיגראציעישטראם פון עסטרייך און רוסלאנד האט אויף זיין װעג געלאזט רע שטלאך אין פּאריזש, און די דאויגע רעשטלאך האבן שטארק פארגרעסערט די פּאריזשער אידישע קהלה פאר די לעצטע דרייסיג יאר. 44)22) אין בּעלְנִיע זיינען פאראן בּיז 80 פויזנט אידן. די גרעסטע קהלה איז אין 0 אנטװערפּן, וואו סאיז פאראן א גרויסע קאלאניע פון רוסישע און עסטרייכישע אידן. אין אנטווערפּן איז געווען אין 1849-טן יאר 75 אידישע משפּחות אדער בּערך דריי הונדערט אידישע נפשות; אין 1900-טן יאר איז אין דער דאזינער שטאט געווען בּיז 8000 אידן און אין 1913-טן בּיז 19000. די צווייטע גרויסע

152