זייט 2
איך בין לערערן זייט 1980. איך האָב פון תמיד ליב געהאט דאָס פאך פאר וועלכן איך האָב זיך איבערגעגעבן מיטן גאנצן הארץ. מיין אקטיוויטעט איז אָבער געווען ליידער נאָך פון סאמע אָנהױיב ביז 1944 א לאנגע שׁוועז רע קייט פון נויט און מאנגל.
אין יאָר פוז אונדזער באפרייונג דורך דער זיגרייכער סאוועטישער ארמיי אין 1944, 28-טן אויגוסט, האָט זיך אויך פאר דער שול און די לערער אָנגעהויבן א צייט פון ערלעכער שעפערישער ארבעט. אונדזער פּארטיי און אלע אָרנטלעכע איבערגעגעבענע ארבעט-ימענטשן פון אונדזער באפרייט לאנד זענען צוגעטרעטן צו בויען א ניי אוֹן בעסער לעבן.
צו יענער צייט האָב איך געבראכט מיין צושטייער אויפן געביט פון ארגאניזירן דעם לערער-אנשטאלט; צו אָרגאניזירן און מיטהעלפן צו שאפן נייע און פעסטע קאַדרען װאָס זאָלן זיין נוצלעך פאר אונדזער היימלאנד.
איך האָב אומאויפהערלעך געזוכט איינצופלאנצן אין די הערצער פון מיינע שִׁילער די אמתע ליבע צו אונדזער היימלאנד, צו זיין אָנפורנדיקן כוח, די רומענישע ארבעטעריפּארטיי. די אומבאגרענעצטע ליבע צו די רעטער פונעם לאנד די סאָוועטישע פעלקער און צו דעם לערער און פירער פון דער ארבעטנדיקער מענטשחייט י. וו. סטאלין.
איך האָב זיך שטענדיק אָריענטירט אין מיין
,איקוףיבלעטער"
א בריוו פון א פארדינסטפולער לערערן
פּעדאגאָגישער אקטיוויטעט לויט דער פאָרגעשריטענער סאָוועטישער פּעדאגאָגיע, איך האָב
זיך מיט נאָך מער איבערגעגעבנקייט איינגעז עקשנט צו מאכן פון די קינדער מוטיקע גוט
לערנענדיקע שילער, און אזוי ארום צו געווינען זייער ליבשאפט און צוטרוי.
איך האָב אקטיווירט צו הייבן דעם קול?טורווא פון די ארבעטנדיקע מאסן, דורכגעפירט מיט דערפאָלג די אלפאבעטיזירונג-קורסן. ביים אָרטיקן או. פ. ד. ר. זענען מיינע קורסן געווען אָפּגעהאלטן מיט רענלמעסיקייט, איך האָב אויך פאראלע? מיט דער סינדיקאלער ארבעט אקטיווירט אויפן קולטוריגעכיט. איך בין א לאנגסטיקע אקטיוויסטקע פונעם אָרטיקן יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט און בין מיט" גליד אין קאָמיטעט. מיין גאנצע אקטיוויטעט ווערט פארוועבט מיט מיין ארבעט אלס דע" פּוטאטקע פון דעם אָרטיקן פֿאָלקס-ראט.
דער כבוד וואָס איז מיר צוגעטיילט געװאָרן אויפגעצייכנט צו ווערן אלס פארדינסטפולע לערערן פון דער ר. פ. ר. איז--- דענק איך--נישט א באלוינוג פאר מיין ביז איצטיקער אקטיוויטעט, נאָר עס איז פאר מיר א סטימולענט צו ארבעטן מיט פארמערטן כוח, מיט ליבשאפט צו דערציען װואָס מער און בעסער! קאדרען, געטרייע קעמפער פארן שלום, מוטוקע בוױיער פון סאציאליזם אין אונדזער טייער היימלאנד, די ר. ם. רי
מינא קאָן פארדינסטפולע לערערן אין דער מייד?-שו? ך. 2 דאָראָהױי
א מענדעלעאָוונט ביים בוקארעשטער ,איקוף?
באצויגן צו די ,טענדענציעזע". ווערק פון מענ- אֵלֹם די קרוין פון מענדעלעס שאפונגען. דער
דער בוקארעשטער ,איקוף" האָט אָרגאניזירט א פייערלעכן אָוונט?כבור דעם 84יטן יאָרצייט פונעם באליבטן ,,זיידע" פון דער יירישער ליטעאטור, מענדעלע מוכר-ספרים. הונדערטער יידישע ארבעטימענטשן זענען געקומען אויסהערן א װאָרט וועגן דעם גרויסן מייסטער און וועגן זיין גייסטיקער ירושה.
הונדערטער ארבעט-ימענטשן וועלכע לעבן אין דער גליקלעכער ציים פון וועלכער מענרעלע האָט געחלומט; די צייט אין וועלכער די פּשוטע מענטשן זענען נישט מער קיין ,קליאטשעם" איינגעשפּאנט אינעם װואָגן פון דער בורזשואזיע,--- נאָר פֿרייע מענטשן, איינגערייטע אינעם גרױיפֿן פּראנט פון שלום און סאָציאליזם.
דער חבר דובאָװיס מצר דעם צענטראלקאָמיטעט פונעם ,,איקוף" האָט געעפנט דעם אָוונט און האָט אָנגעוויזן אויף דער גרויסער פּערזענלעכקייט מענדעלע מוכר-ספרים, וי אויך אויף דער אקטואליטעט פון א גרויסן טייל פון זיינע ווערס.
דער חבר מ. לאקס האָט אנטוויקלט זיין רעפעראט וועגן מענדעלעס ווערס ,דאָס קליינע מענטשעלע". ער האָט געשילדערט דעם העלר פון דעם װערק-- יצחק אברהם תקיף-א בלוט-זויגער און א אונטערדריקער פאר וועלכן דאָס?עבן באשטייט נאָר פון שווינדל, פון רויב און פון אויפנוצעריי. דורך זיינע שווינדלערישע האנדלונגען איז אים געלונגען צו ווערן ראשיהקה?, און ערשט דעמלט צו עקספֿלאָאטירן אומכרחמנותדיק די אָרעמע יידישע פאָלקסימאסן,
דער חבר ל?אקס האָט זיין רעפעראט אילוסטרירט מיט ציטאטן פון מענדעלעס ווערק אין וועלכע ס'איז אָפּגעשפּיגלט דער כאראקטער פונעם אויסנוצערישן טיפּ. פונעם נישט געבעטענעם בעל-יטובהניק, וועלכער איז פארקערפּערט אין געשטאלט פון יצחק אברהם תקיף.
דער חבר לאקס האָט אויך אָנגעוויזן אין זיין רעפעראט--- שטיצנדיק זיך אויף מענדעלעס ווערק--- אויף דער באציונג פון יירן צו יענער צייט צו א מלאכה, אָנווייזנדיק דערביי אז אין אונדזער פֿאָלקס-דעמאָקראטישן רעזשים איז די פראגע פון איבערשיכטונג פון די יידישע מאסן אין א גרויסער מאָם געלייזט געװאָרן דורך דעם אינקאדרירן פון צענער טויזנטער אָרנטלעכע יידן און פּראָדוקטיווער ארבעט,
צום סוף האָט דער רעדנער נאָך אָנגעוויזן וויאזוי די בורזשואזע קריטיקער האבן זיך
יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי ייוו יו יי עי יי יי א
דעלען, אין וועלכע ער האָט שטארק קריטיקירט די אויסנוצערס און אָנגעוויזן אויף דעם יידישן לעבנס-שטייגער פון זיין צייט מיט זיינע בולטע קלאסן-דיפערענצירונגען.
נאָך דעם האָט גענומען דאָס װאָרט דער חבר רובינגער וועלכער האָט אנאליזירט א צווייט ווערק פון מענדעלען ,די קליאטשע".
רעדנדיק וועגן דער רייכקייט אין אינהאלט און אידעען פון דעם דאָזיקן ווערק, האָט דער חבר רוביננער אונטערגעשטראָכן: דער העלדר פון דער קליאטשע זענען די יידישע ארבעטמענטשן; דאָם אָרט פון דער האנדלונג איז די גאנצע וועלט, די צייט פון דער האנדלונג, די גאנצע געשיכטע פון דער מענטשהייט, די פאב?,--- דער גור? פון די אונטערחריקטע יידישע מאסן.
ווייטער ווייזט דער רעדנער אין זיין רעפעראט װאָס פאר א רושם ס'האָט געמאכט אין די רייען פון די יידישע פאָלקס-מאסן דאָס דערשיינען פון דער ,קליאטשע". דער רושם איז געווען בארעכטיקט: וויי? מענדעלע איז מיט זיינע וװוערק אויסן געווען צו באווירקן די מאסן, װי ער זאָגט אין ,עין-משפּט"ז ,א ליטעראטור וואָס האָט נישט קיין שייכות צום פאלק און צו זיין נויט, און וװאָס ווערט פון אים נישט באווירקט, קאָן אויף קיינעם נישט ווירקן".
מענדעלעם פיילן, וועלכע האָבן געטראָפן אינעם אויסנוצערישן קלאס פון זיין צייט, טרעפן נאָך היינט אין גוף פון דער רעאקציע. אין זיין רעפעראט האָט חבר רובינגער אָנגעוויזן מיט וויפל שנאה ס'באציען זיך די היינטיקע אָנפירער פֿון ישרא? צו די שאפונגען פוז מענדעלעס ווערק, וועלכע ווערן דאָרט אָנגערופן ,גלותךפּסיכאָלאָגיע"י פאר זי זענען די פאָלקסמאסן קליאטשעס אויף וועלכע זיי רייטן, װעלכע זיי שלאָגן און רודפן.
{נאָר--- פארענדיקט דער חבר רובינגעם=
-- די ציוניכטישע מאָדערנע איסער ווארגערס, אוניינעם מיט זייער געזעצלעכער ארדנונג פון גזלה, גנבה און רציחה וועלן אָבער פארשווינדן, וי ס'איז פארשווונדן קאבצאנםק, גלופסק און טוגעאדעווקע אינעם גרויסן לאנד פונעם זיגרייכן סאָציאליזם".
דער חבר א. שפּיגלבלאט האָט צום סוף גערעדט.= וועגן מענדעלעס ,מסעות בנימין השלישי". דאָס ווערק וועלעכס ווערט גערעכנט
רעדנער האָט געמאכט א פּאראלעל צווישן מענדעלעס בנימין, וועלכער פארלאָזט טונעאדעווקע,
געצווונגען די נייע עקאָנאמישע בארינגונגען. וועלכע= 5' זיך' געשאפן מיטן אויפשווונג פון'. דער
בורזשואזיע, אין קאפּיטאליסטישן רוסלאנד--און דער היינטיקער בנימין, דער פארפירטער פון דער ציוניסיטשער פּראָפּאגאנדע, וועלכער לאָזט זיך אוועק אין קאפּיטאליסטישן ישרא? און ווערט דאָרט באוואָרפן מיט די שטיינער פון בן-גוריונישן סמבטיון, און בל?אָנדזעט ארום אוף די גאסן פון חיפה, תל-אביב. אזוי וי אויף די הרי חושך. אין זיין רעפעראט האַט חבר שפּיגלבלאט אָנגעוויזן אויף' די מענלעכקייטן וועלכע דער פאָלקס-דעמאָקראטישער רעזשים פון אונדזער לאנד האָט געגעבן דער אָרנטלעכער יידישער באפעלקערונג זיך צו אינקאדרירן אין פּראָדוקטיווער ארבעט און צו ווערן אויס לופט-ימענטשן, צו ווערן אקטיווע בױיער פון סאָציאליזם.
דער רעדנער האָט פארענדיקט זיין רעפעראט אָנווייזנדיק אז אין ישרא? ווערט פארפאָלגט די יירישע שפּראך און די ווערק פון די קלאפיקער: ,זיי, די בן-גוריוניסטן, ציטערן פאר דער שארפער פיל פון מענדעלע אָדער שלוםעליכם, פאר דעם אָנגעלאָדענעם װאָרט פון פּרצן, דערפאר ווייל זיי האָבן פאר זיי מורא. זיי ווייסן אז זייער װאָרט איז דאָס װאָרט פונעם פאָלק, און פארן פאָלק האָבן זיי מורא!"
דער אוונט האָט זיך פארענדיקט מיט א פּראָגראם פון יידישע פאָלקס-לידער, אויסגעפירט פון די סאָליסטן פונעם בוקארעשטער ,,איקוף"פאָלקסיכאר. די אויפמערקזאמקייט מיט וװעלֿכער דער עולם האָט אויסגעהערט די רעפעראטן האָט דערוויזן די נאָענטע באציונג פון דעם יידישן פּשוטן ארבעטימענטש צו די ווערטפולע אוצרות פון אונדזער קלאסישער יידישער?יטעראטור. דער יידישער ארבעטמענטש. אין אונרזער היימלאנד די ר..ם. ר. וועלכער איז באפרייט פון די אלע פּל?אָגן פון וועלכע ס'האָבן געליטן מענדעלעס העלדן, גיט אויך זיין ביישטייער אָפּצוחיטן זיין פריי הייםלאנד, זייענדיס איינגערייט איניינעם מיט אלע ארבעטנדיקע מענטשן אין דעם ריזיקן קאמף פאר אָפּהיטן דעם שלום און פאר בויען דעם סאָציאליזם אין אונדזער לאנד,
אליעזר שמואלס
דאס פּרעמירן די קולטור-היים..שלום-עליכם"' פון יאס
פאר זיין אקטיוויטעט אויפן געביט פון הייבן דעם קו?טור-ניוואָ פון די ארבעטמענטשן, איז די קולטור-היים ,שלום-עליכם" פון ואס אויסגעצייכנט געװאָרן פון די קולֿטוךאנשטאלטן מיט דער 5יטער פּרעמיע איבע-ן לאנד,
דאָס איבערגעבן די פּרעמיע איז פאָרגעקומען אין א פייערלעכער אטמאָספער אין דער
אָנוועזנהייט פון א גרויסן עולם.
ביי דער דאָזיקער געלעגנהייט האָבן גענומען דאָס ווארט חבר מירטשעא מיראָנעסקו, דער שעף פון דער קונסט" און קולטור-סעקציע ביים שטאָטישן פאָלקס-ראט, און גערשאָן איציק מצד דעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט -= יאסער רעגיאָן, וועלכער האָט גענומען אויף זיך די התחייבות אין נאָמען פונעם יידישן
דעמאָקראטישן קאָמיטעט אויך ווייטער צו שטיצן די אקטיוויטעט פון דער קולטור-היים,
עס האָבן נאָך גענומען דאָס װאָרט די חברטע פאבא מינא, דירעקטאָרן און חבר קאראָ? אראָן, פונעם אָנפירונגס-קאָלעקטיוו פון דער קולטורהיים, וועלכע האָבן אויף זיך גענומען נייע התחייבותן אין שייכות מיטן פארבעסערן די ארבעט.
יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יו יז וז וז וו יי יו יי
נר. 166
א גאס אויפן נאמען
פון
אברהם גאלדפאדען
מיט דער געלעגנחייט פון 75-טן אניווערסאזייט דער גרינדונג פונעם יידישן טעאטער אין רומעניע דוֹרך אברהם גאָלדפאדען, האָט רי נאָמענקלאטור-קאָמיסיע פֿון די נאפן ביים פאלקסיראט פון דער הױפּט-שטאָט פון דער ד. פ. ר., באשלאָסן אז א גאס פון בוקארעשט זאָל טראָגן דעם נאָמען פונעם גרויסן טעאטער-אויפלעבער, גאָלדפֿאדען,
ויפן סמך פון דאָזיקן באשלום איז, אָנגעהויבן פון 14-טן יאנואר 1952, געביטן געװאָרן דער נאָמען פון דער גאס קאָּלאֲנע? אַרעראַ פונעם ראיאָן ,,טודאָר וולאדימירעסקו", אויפן נאָמען אברהם גאָלדפּאדען.
די פייערונג פון 75 יאָר זייט דער גרינדונג פונעם יידישן טעאטער אין רומעניע פון אברהם גאָלדפאדען
אין א ווארעמער אטמאָספער איז פאָרגעקומען ביים ,איקוף" פון דאָראָהוֹי די פייערונג פון 8 יאָר זייט דער גרינדונג פונעם יידישן טעאטער אין רומעניע פון אברהם גאָלדפאדען, אין דער אָנוועזנהייט פון א גרויסן עולם און שוישפּילער פון בוקארעשטער יידישן מלוכה-טעאטער, וועלכע זענען געווען אין גאסטשפּי? מיט דער, בישופמאכערן" ביי אונדז אין שטאָט
חבר ה. רייכער האָט יערעדםט א. ד. ט5. ,אברהם גאָלדפאדען, דער גרינדער פונעם יידישן טעאטער אין רומעניע". דער רעדנער האָט אֶנֵגעוויזן. אויף דעם פּראָגרעסיוון כאראקטער פון גאָלדפאדענס ווערק, וויאזוי ער חוזקט אָפּ פון אבערגלויבן, דעמאסקירט די צוויי פּנימדיקייט פון די פרומאקעס,--- און האָט ארויסגעבראכט גאָלדפאדענס דערציערישע כוונה אין ראמען פון יידישן טעאטער.
נאָכדעם, האָט געפאָלגט דער ארטיסטישערי טיי? אויסגעפירט פון דער ,איקוף"-עקיפּע מיט א פּראָגראם, פון כאָר, אָרקעסטער, סאֲלאָגעזאנג, דעקלאמאציעס און א סצענעטע.
דער אנוועזנדיקער עולם האָט מיט באגייסטערונגל אויפגענומען די דאָזיקע קולטורימאניפעסטאציע.
רעצענזיע פונעם ראָמאן ,לעבן דער ברעטער"זעג" פון דוד רובין, ביים בוקארעשטער ,,איקוףי'
דאָנערשטיק דעם 17-טן יאנואר ד. י. אי פֿאָרגעקומען אין זא? ,בארוך בערעא" פון קאלעא וואקארעשט, די רעצענזיע פונעם ראָמא? ;לעבן דער ברעטער"זעג" פון דוד רובין. דער חבר י. האָראָװיץ וועלכער האָט געמאכט די רעצענזיע, האָט אנאליזירט דעם ראָמאן אָנװוייזנדיק אויף זיינע פּאָזיטיווע שטריכן וי אויך אויף זיינע בלויזן. נאָכדעם האָט דער מחבר געלייענט א פראגמענט פונעם כוך,
ס'האָט געפאָלגט א קינסטלערישער פּראָגדאם אויסגעפירט פון סאליסטן פונעם בוקארעשטער פאָלקסיכאָר ,,איקוף".
ס'איז אָנוועזנד געווען א גרויסער יידישעארבעטנדיקער עולם.
סימפּאָזזאָן ביים יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט פון סיבין
דער יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט= פון סיביו האָט אָרגאניזירט א סימפאַזיאָן א. ד. ט. ,די רעכט פוי
נעם מענטש אין סאָוועטן-פארבאנד און אין די פאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער,--- און די רעכט פונעם מענטש אין די קאפּיטאליסטישע לענדער". אין סימפּאָזיאָן האָבן זיך באטייליקט.. די חברים: דר.?. ווייס, מ. פישמאן און מאקס פרעליך.
דער אָוונט איז געלונגען אויך א דאנק דער אקטיוויטעט פונעם ארטיקן יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט, וועלכער האָט מאָביליזירט, אין א גרויסער צאָ?, די יידישע ארבעטנדיקע.
דשר יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט
פון סיביו דארף אָרגאניזירן מערערע סימפּאָזיאָנען וועלכע וועלן ביישטייערן צו העכער: דעם קולטורעלן און פּאָליטישן ניוואָ פון די יידישע ארבעט-ימענטשן פון סיבין.