נּר. 178
-אומוףיבלעטער"
יידיש קולטורילעבן אין יאס=
דעם פ5ּגיטן מער'ץ איז געוואָרן צוויי יאָר זיג ס'איז נעגרינדעט געװאָרן דער יאסער יידישער מלובה-טעאטער. אין פארלויף פון די צוויי יאָר מעטיסייט, האָט דער יאסער טעאטער-קאָלעקטיוו צו פארצויכענען א ריי דערפאָלגן אויפן געביט פוז דערציען די יירישע מאסן אין גייסט פון ברידערלעכער צוזאמענארבעט מיטן רומענישן פּאָלק און מיט די אנדערע מיטלעבנדיקע נאה ציאָנאליטעטן פארן בויען דעם סאָציאליזם. א דאנק דער הילף און די אָנװוייזונגען פונעם יידושן דעמאָקראטישן קאָמיטעט, איז אויך געלוננען דעם יאסער יידישן מלוכה-טעאטער צו באקעמפן דורך זיין טעטיקייט די פיינטלעכע ציוניסטישע פּראָפּאגאנדע און איינװאָרצלען נאך טיפער זיי ליבע פון די יידישע ארבעטמענטשן צו אונדזער היימלאנד, די רומענישע פאָלקסירעפּובליק.
נאָר עטלעכע ציפערן קענען דינען כדי צו איז לוסטרירן דאָס אױבנגעזאָגטע: איבער זעכציק טויזנט ארבעט-מענטשן זענען אָנוועזנד געווען ביי די 484 ספּעקטאקלען אוז פעסטיוואלן װאָס דער טעאטער-קאָלעקטיוו האָט אויסגעפירט (אין די איבער צוואנציק אינסטיטוציעס און אונטערנעמונגען--- וועלכע זענען צום גרעסטן טייל אָרגאניזירט געװאָרן מיט דֶער איניציאטיוו פונעם יידישן דעמאקראטישן קאָמיטעט אָדער /איקוף".
הונדערט צוועלף טויזנט צושויער זענען אָנֵי וועזנד געווען ביי די 460 ספּעקטאקלען ואס
דער יאסער מלוכה-יטעאטער האָט אויפגעפירט"
און ואס. זיבן און פערציק טויזנט יידושע ארבעטימענטשן זענען אָנוועזנד געווען בּיי די פאָרשטעלונגען פונעם יאסער יידישן מלוכה-טעאה טער בשעת די טורנעען אין די פארשידענע שטעט און שטעטלעך פון מאָלדאָווא. דרייצן טויזנט זעקס הונדערט קינדער האָבן באזוכט די 87 ספּעקטאקלען פונעם פּופּן-טעאטער.
פארן יאפער יידישן מלוכה-טעאטער זענען געשטאנען צוויי צענטראלע וויכטיקע אויפגאבן; צו פארוועהטן פּיעסעס פונעם קלאסישן רעפּערטואר און אויפפירן נייע היינטצייטיקע פּיעסעס וועלכע זאָלן העלפן איבערגעשטאלטיקן דעם יידישן צושויער און גלייכצייטיק, אין לויף פון דער ארבעט, איבערדערציען די שוישפּילער-עלעמענטן וועלכע זענען נאָך אֶנגעלאדן מיט אייניקע פארדאָרבנקייטן פּונעם אלטן טעאטער און דערציען נייע יונגע שׁוי
שפּילער-קאדרען און אויפּשמידן א|} איינהייטלעכן קאָלעקטווו װאָס זאָל אנטשפּרעכן דעם היינטיקן טעאטער--- דעם סאָצואליסטיש-רעאליסטישן טעאטער.
מיט דער ברייטער שטיצע פונעם פאָלקס" דעמאָקראטישן רעזשים און מיט דער הילף פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט, איז געלונגען דער אנפירונג פונעם יאסער טעאטערקאָלעקטיוו אויסצופולן. זיינע אויפגאבן סיי בנוגע רעפּערטואר סיי אין דעם פּראָבלעם פון קאדרען. יונגערע און עלטערע שוישפּילער און שוישפּילערנס האָבן הארמאניש אויסגעפירט אי דעם ,אוצר" פון שלום-עליכם אָדער ,ני בע--ני מע--- ני קוקוריקו" פון א. גאָלדפאדען, צי ,הערשעלט אָסטראָפּאָליער"--- אי די פּיעסן פונעם. נייעם רעפּערטואר ,,וװוילדגראָז?" פון א. באראנגא, ,אין שאָטן פונעם פּאלמען-בוים" פון אי. צאראנו אָדער ,וועמען די צייט גיט זיך אונטער" פון די ברידער טור אוּן שיינין און ,די שטים פון אמעריקע" פון באָריס?אוו" רעניעוו.
נאָכן ערשטן ניט לאנג פארצייכנטן דערפאָלג מיט דער געלעגנהייט פון די גאסט-שפּילן פונעם יאסער יידישן מלוכה-טעאטער אין בוקא" רעשט, איז דער טעאטער צוגעטרעטן צום אויפפירן א פּיעסע פונעם רוסישן. קלאסישן רעפּערטואר, ס'איז די רייד פון דער פּיעסע ,נישט תמיד איז יום-טוב" פון א. נ. אָסטראָווסקי. די דאָזיקע פּיעסע וואָס סאטיריזירט דאָס אלטע מאָסקווער שטייגערילעבן אין דער צייט פונעם צעפאלן פונעם פעאָדאליזם, איז א נייער פּרווו פארן יאסער טעאטער-קאָלעקטיוו, א פּרווו וועלכן אי די רעזשי אי די גרופּע שוישפּילער באמיען זיך דורכצופירן מיט דערפאָלג.
א דאנק זיין פֿארצווייגטער קולטור-אקטווויטעט, ווערט דער יאסער ,,איקוף" װאָס אמאָל פּאָפּולערער און בּאליבטער ביי די ברייטע יירושע פאָלקם-מאסן פֿון יאס. באגלייך מיט די מאניפעפּטאציעס וואָס פּאָפּולאריזירן די דער" גרייכונגען פונעם פאָלקסידעמאָקראטישן רעזשים אויפן וועג פון בויען דעם סאָציאליזם, ווערן אויך איינגעאָרדנט אזעלכע מאניפעסטא-ז ציעם ביי ס'ווערן פּאָפּולאריזירט די פּראָגרעסיווע שאפונגען פון די קלאסיקער פון דער יידישער ליטעראטור, וי אויך מאניפעסטא" ציעס װאָס אינפֿאָרמירן די יידישע ארבעטנדיקע מאסן וועגן דער אינטערנאציאָנאלער לאגע או וועגן דער שוידערלעכער מיזעריע פון ישראל
אין וועלכּער די ציוניפּטישע פּראָפּאגאנדע פַּרוווט פארנארן די יידישע ארבעט-ימענטשו.
און די וועכנטלעכע מאניפעסטאצועס װאָס דער יאסער ,איקוף" אָרגאניזירט אין די דרוי פּאָלקס-אטענעען, זענען אנטרענירט געװואָרן פארשידענע מאנועלע און אינטעלעקטועלע ארבעטימענטשן וועלכע האָבן געהאלטן פאָרי טראגן סיוי פון זייערע אייגענע דערגרייכונגען אין דער ארבעט, סיי זיי האָבן קאָנפערענצירט איבער די אױיבנדערמאָנטע טעמעם. דער אר" טיסטישער טיי? פון די דאָזיקע מאניפעסטאציעס--- ביי וועלכע ס'ווערן דעקלאמירט אָדער פאָרגעלייענט אויך היינטצייטיקע שאפונגען פוז יידישע שרייבער און דיכטער--- ווערט אויסגעפירט פון די מיטגלידער פונעם דראמקרייז און אויך פון א טייל שוישפּילער פונעם יאסער יידישן מלוכה-טעאטער.
אין גיכן וועט דער יאסער ,איקוף" פייערן דעם צוואנציקסטן יאָרצייט פון אליעזר שטיינבארג. ביי דער דאָזיקער געלעגנחייט, וועט געהאקטן ווערן א קאָנפערענץ וועגן לעבן און שאפן. פונעם גרויסן משלים-דיכטער, און שׁוושפּילער פונעם יאסער יידישן מלוכה-טעאטער װעלן דעקלאמירן אייניוקע משלים. די שילער פון דער יאסער יידישער מלוכה-שול וועלן אויפפירן די קינדער-סצענעטע ,דער ווולן זיגט" פון גאָלדע וויגדער.
אלס א פּאָזיטיוון שטריך איז אויך צו פארצייכענען די פארבינדונג, וָואָס האָט זיך די לעצטע צייט געבעסערט, צווישן די לערער פונעם יידישן לימוד און דֶעם ,איקוף". ס'ווערן אָרגאניזירט חודשלעכע זיצונגען אין וועלכע די לערער גִיבְּן באריכטן וועגן זייער בױטראָג צו דער ,איקוף"-טעטוקייט און פ'ווערן אויך דיסקוטירט געוויסע קולטוריפֿראָבלעמען וועלכע האָבן דעם צְוֶועק צו הויבן דעם פּראָפּעפיאָגעלן נווואָ פוֹן די לעֶרער. ס'זענען דיסקוטירט געװאָרן אייניקע אפפּעקטן פון די שאפֿונגען פון די יידִישֶע קלֿאסיקער, פון יידישן פאָלק?אָר א. א,
באזיוטנדיק אייניקע אָרגאניזאטאָרישע בלויזן
און פארשטארקנדיק ח! טעטיקייט אויפן געביט פון באמעמפן דעם נאציאנאליסטישן ציוניזם, וועט דער ,איקוף" נאָך מער צוציען
די יידישע מאסן און זיי אנטרענירן אין קאמף פאר שלום און בויען דעם פאָציאליזם.
י. בערקאָװיטש
זייט 3
א נייע פּיעסע ביים יאסער יידישן מלוכה-טעאטער
וי אלע פּראָגרעסיווע שרייבער, איז אויך אס" טראָווסקי אנערקענט געוװואָרן אין זיין גרויסן פארנעם פארן רעאליסטישן טעאטער ערשט נאָך דער גרויסער אָקטאָבער-רעוואָלוציע. אויף דער טאַוועטישער בונע ווערן געגעבן אין איין יאָר מער ספּעקטאקלען פון אָסטראָווסקי איידער פרוער אין צענדליקער יאָרן פונעם פינצטערן צאר ריזם. נאָר און יאר 1989 איז אָסטראָווסקי גע
איז שוין אָפּגערעדט, אז אונטערן אמאָליקן רעזשים זענען אין יידישן טעאטער איבערחויפ8ּט נושט געשפּילט געוװואָרן די פּיעסן פון א. נ. אָסטראָווסקי, דער שארפער קריטיקער פון דער סאָציאלער אומגערעכטיקייט.
ס'איז דערפאר א שווער שטיק? ארבעט פארן
יידישן טעאטער אויפצופירן אָסטראָווסקיס א פּועסע. מור האָבן אויסגעוויילט די פּיעסע ,נישט
תמיד איז יום-טוב", וועגן וועלכער אָסטראָווסקוּ טרייבט און זיין באשיידנקייט, אז ס'איז מער אן עטיוד, איידער א פּיעסע, אָן קיין שׁום סצענישע עפעקטן...
און נאָך דעם גרויסן דערפאָלג פון דער פּרעמיערע אין יִאָר 1871 אין ,,מאלי"-טעאטער פון מאָסקווע, שרייבט אים דער קריטיקער אי נענקאָןו:
,וואָס פאר א באלערנדיקער קאָמיזם... ווול? אונהאלט, וויפ? שִפּו? פון טאלאנט, אז מע טראכט פון דער פּיעסע מער וי פון אנדערע... אווער פֿרױילעכקיוט און אוער שאפונגס-קראפט האט נישט קוון גלויכן אין דער?יטעראטור."
אָסטראָווסקי ענטפערט:
,איך האָב זיך דאַָ נישט געשטעלט קיין קאָמפּליצירטע אויפגאבעס, איך האָב געשטרעבט צו פאראינערלעכן ביז שלמות."
-- אָבער וי שווער און קאָמפּליצירט איז פארן טעאטער דער וועג צו פּשטות און פוּלי קאָמענער פאראינערלעכונג...
און אויף די רעלסן פון אָסטראָווסקיס אֶנֵווויזונגען האָט זיך געלאָזט אין וועג אריין אונדזער קאָלעקטיוו מיט די סצענעם פון מאָס" קווער לעבן ,נישט תמיד איז יום-טוב"".
איזאָ שאפּירא
(המששוך פון פוּ יעריטן נומער,
אָפּגעפארטיקט מיט די דייטשישע יידן, האָבּן זִיך די פּאָליציי-לייט גענומען צו די אזוי גערופענע פּונקטן, ווו עס האָבן זיך געפונען צענדליקער טויזנטער אומגליקלעכע יידן, ואס זעגען ארויסגעשיקט געוואָרן פון זייערע היימען און דא אונטער די פליג? פון די ווארשעווער קְהלה אויסגעגאנגען פון הונגער און פון טיפוֹס.
א פּונקט פאר חיימפאָזע אין ווארשעווער געטא דאָס איז אפילו נישט געווען קיין הקדש. -- א וויסטע נאָרע איז עס געווען, א ברודיקע א פארוואָרלאָזטע, ווו געזונטע מענטשן זענען געשלאָפן אויף איין געלעגער מיט טיפוס-קראנקע, ווו לעבעדיקע זענען געלעגן צוזאמען מיט טויטע און ווו מען האָט הונדערט מאָל אין טאָג געבעטן אויף זיך דעם טויט. די ווארשעווער קהלה, ואס האָט געצאפּט געלט פון טויט און לעבעדיק, דער באשפּייזיאמט, װאָס זיינע דורעקטאָרן זענען געגאנגען אין גאָלד,--- האָבן אזוי ווייט געזאָרגט פאר די פּונקטן, או די טענטשן דאָרט זענען געפאלן, וי די פליגן. || אז מען איז אריינגעקומען אין א פּֿונקט האָט
מען נישט געזען קיין מענטש. לעבעדיקע מתים האָבן זיך ארומגעהרייט, געשפּענסטער, הויט און ביינער האָט געפוילט. די דאָזיקע געשפּענסטער איז, אייגנטלעך אלץ איינס געווען, װאָס מען וועט טאָן מיט זיי. זיי זיינען סיי וי סיי געווען פארמשפּט צום טויט. טא װאָס איז די נפקההמינה, ווו זיי וועלן אומקומען?-- דאָ אויפן ,פּונקט", אָדער ערגעץ אין א וויסט פעלד?(די היטלעריסטישע הינט האָבן די דאָזיקע אומגליקלעכע ביז איינעם אויסגעשאָסן).
פונדעסטוועגן זיינען געווע צווישן זיי אזעלכע, וואָס האָבן זיך נישט געלאזט נעמען; זיי האָבן זיך געווערט, געשריגן, אנטלאָפן, באהאלטן.
דעמלט האָבּן די יידישע פּֿאָליציי-לייט, װאָס באשטייען דאָס רוב פון האלבע און גאנצע משומדים, פון נישט דערפּאָרענע אדוואָקאטלעך, פון רייכע סוחרישע זונדלעך, פון דער אמאָלוקער גאָלדענער יוגנט--- געוויזן, װאָס זיי קענען.
מִיט גומעגע שטעקענעס און סתם מיט שטעקענס האָבן זיי גענומען שלאָגן די אומגליקלעכע פּונקטן-מענטשן מכת רצח. זיי האָבן אוועקגעריסן די קינדער פון די מאמעס, די מענער פון די פרויען, די טאטעס פון די זין--- די געשרייען מיט די יללות זענען געגאנגען עה
חורבן ואר שע
לביהשמים, אָבער אונזֶער יידישער פּאָליציי--ימח שמו וזכרו--- האָט געהאט פארשטיינערטע הערצער,'נישט. אויפגעהערט צו שלאָגן, צו ממתן, ארויפגעפּאקט די מענטשן אויף וועגענער, און אוועקגעפירט צום בארימטן אומשלאגפּלאץ. אין אזעלכע וועגענער פירט מען פארמשפּטע צו דער תליה.
א ביטערע חושכדיקע נאכט איז אראָפּגעפאלן אויפן געטאָ. דא און דאָרט האָט מען געשאָסן. יעדער שאָס האָט געקאָסט א יידיש לעבן. יידן זענען נִישט געשלאָפן, געלעגן אין קעלערס, אויף בוידעמער, געפרעגט זיך, וועמען וועט מען נעמען מאָרגן? וי אזוי מיידט מען אויס דאָס אומגליק?:
אין יענער נאכט ך. ה. אין דער נאכט פון 2 אויפן 28 יולי 1942 נאָך א כבאזוך פון די היטלעריסטישע הינט ביים פאָרזיצער פון יידישן ראט אינזש. טשערניאקאָוו--- ביי וועמען זיי האָבן פארלאנגט, אז אויפן מאָרגנדיקן טאָג זאָל ער צושטעלן צען טויזנט יידן, האָט טשערניאקאָוו א סוף געמאכט צו זיין לעבן,
עִם מוז דאָ געזאָגט ווערן א פּאֶר ווערטער וועגן פאָרזיצער פון דער ווארשעווער קהלה, אינזש. טשערניאקאָוו. ער איז געווען א מענטש א גײפּטויק-אָרעמער, א דורכשניטלעכער, אסומילורטער יודישער אינטעליגענט. דער ביטעדער גור? האָט געוואָלט ער זאָל אוועקגעשטעלט ווערן אין דער שפּיץ פון דער גרעסטער יידישער קהלה אין אײיראָפּע, אין א צייט, װאָס דאָס יידנטום האָט נאָך קיינמאָ? נישט איבערגעלעבט. דער דאָזיקער אינזשינער איז נישט געווען דערוואקסן צו דער דאָזיקער גרויסער און גלייכצייטיק
ראגישע אויפגאכע. ס'איז געווען איבער זיינע כוחות. עֵר האָט נישט פארשטאנען די פאראנטװאָרטלעכקייט, װאָס ער האָט אויף זיך גענומען. געפירט האָט ער די ווארשעווער קהלה, וי א מענטש מיט קליינע השגות און,?אָמיר זיך נישט שעמען און זאָגן, וו א גרויסער פּחדן. אלץ, װאָס די היטלעריסטישע באנדיטן האָבן פארלאגט פון אים, האָט ער געטאָן. קיינמאָל נישט געוואגט צו רָעדן העכער, וי געוויינלעך, קיינטַאָ? נישט געפּרוווט אנטקעגנשטעלן זיך כאָטש אין דער קלענסטער מאָס. ער האָט גערעכנט אז אזוי ארום וועט ער אפשר אָפּראטע
ווען דאָס, וואָס עס לאָזט זוך אָפּראטעווען. ער האָט גאָרנישט אָפּגעראטעוועט. נישט ער און נישט אֶלע איבריקע מיטגלידער פון יידישן ראט, װואָס זענען געקראָכן פאר די דייטשישע באנ
דיטן אויף אלע פיר...
טשערניאקאָוו איז געגאנגען פון דער וועלט --= און ווען ער איז נאָך געלעגן א ווארעמער, האָבן שוין די יידישע- פּאָלוציי-לייט געבושעוועט אויף דער גאס.
עס איז שוין פריער דערמאנט געוװואָרן, אז די צוויי טויזנט יידישע פּאָליצואנטן, מוט װעלכע דער פּרעזעס טשערניאקאָוו האָט זיך ארומ" גערינגלט, זענֶען דאָס רוב באשטאנען פון רייבע.. זונדרלעך, װאָס האָבן זיך איינגעקויפט אין די פּֿאָליצויאישע רייען פאר גראָבע געלטער, כדי נישט געכאפּט צו ווערן אין די ארבעטס-לאגערן(די פּאָליצוו איז געווען באפרייט פון די לאגערן). די אָנְפִירער פון די דאָזיקע פּאֶליצִייאישֶׁעַ יונגען זענען געווען איינער א מִשׁומד שערינסקי(זיין אמתדוקער נאָמען איז שענקער), נאָך איינער--- אן אדוואָקאט לעיקין און א דריטער משומדר שמערלינג. שוין אין די פּוילישע צייטן איז שערינסקי געווען א פּאָליציי-אגענט. אז פּוֹילְן איז געפאלן, איז ער געווען איינער פון די ערשטע, ואָס האָט זיך געשטעלט צו דינסט פון דער היט?עריסטישער געסטאפּא. זיין טיט? איז געווען ,פֿאניע פּולקאָווניקו". ער האָט געארבעט געטריי, מיט מסירותנפש, מיט איבערגעגעבנקייט. ער האָט שאנטאזשירט ייהן, אױסגעפּרעסט געלטער געמסרט, געכאפּט און די קאָנצענטראציע-לאגערן, באה פרויט פאר גראָביגעל?ט, ביז ס'איז דערגאנגען צו דער געסטאפּאָ, אז איר געטרייער קנעכט שערינסקי מאכט לינקע געשעפטן. צווישן א יאָ מיט א ניין האָט מען אים ארעסטירט. מען האָט געשמועסט, אז שערינסקי וועט שׁוין קיינ
* מאָ? די ליבטיקע שיין נישט אָנזעען.
איז געקומען דער 22 יולי און שערינסקי האָט זיך פּלוצלינג באוויזן אויף דער פריי. ס" האָט זיך ארויפגעוויזן, אז ער האָט פאָרגעלייגט דער געפטאפא, אֶדער די געסטאפּא האָט אים פאָרגעלייגט(דאָס קאָן מען נישט דערגיין) דורכצופירן די איכבערזידלונג פון דער יידישער באפעלקערונג אין ווארשע. ער איז געװאָר; דער
הופּט-קאָמיסאר פון דער איבערזידלונג. א תלין איז דאָס געווען נישט קיין קאָמיסאר, א מערדער, א רוצח מיט א צִלם אויפן הא?ז, ער האָט נישט געשוינט קיינעם, נישט קיין יינגן, נישט קיין אל?טן, נישט קיין קינדער נישט קיין פרויען.-ער איז אליין אראָפּגעקומען צופאָר! אין די גאסן אריין, אליין געכאפּט, אליין געשלאָגן, אליין געממתט.
פאר. דער דאָזיקער שיינער. ארבעט, פארן אומברענגען דאָס גאנצע ווארשעווער יידענטום, האָט אים א גערעכטע האנט(געבענטשט זאָל זי זיין) געשיקט א קוי? אין קאָפּ אריין. ליידער האָט הער שיסער אזוי געצילט, אז חי קויל האָט דעם מנוב?דיקן משומד נישט אוועקגעלייגט אוופן אָרֹט. ביז היינט איז ער נאָך נישט געפּגרט.,)
דער צווייטער מנובל איז געווען אדוואָקאט לעיקין. דאָס איז א קליין, קאמיש מענטשל, װאָס פּאסט זיך גיכער אריין אין א צירק, אייי דער צו זיין אן אָנפירער פון פּֿאָליציאנטן. און אפשר פּאסט ער זיך פאך ביידע? ער האָט זיין ארבעט געטאָן מיט א שמייכעלדיקן פּנים, מיט א לייכט געמיט און מיט א ווויל-יינגערישן אָנשטעל. היינט צוגעשטעלט אזויפיל און אזויפיל קעפּלעך", מאָרגן װועט ער צושטעלן אזויפיל און אזויפי? און חי--- געלעבט. אים האָט נאָך קוון קוי? נישט געטראָפן. דער דריטער מנובל? הייסט שמערלינג--- א משומד--- און א רוצח. ער האָט געארבעט אויפן אומשלאג-פּלאץ, ער האָט געהאָלפן די דייטשישע רוצחים לאדעווען און די וואגאָנען אריין, ער האָט געהאָלפן שלאָגן, ממתן, אויסזוכן, אויסגעפונען און ער האָט טיי? מאל אויך געהאָלפן באפרייען א מענ-י טשן. פאר דער דאָזיקער ,,באפרייונג" איז אים צוגעקומען אין קעשענע אריין א האלבער מיליאָן זלאטעס. דער האלבער מיליאָן איז געבליבן ביי איום, און צומאָרגנס האָט מען אויפסניו געכאפּט די אייגענע מענטשן, ביי וועמען ער האָט געצאפּט געלט און ער אליין האָט זיי אויפסניי געהאָלפן?אחעווען אין די וואגאָנען אריין אויף אומקום,. אויף פארניפטונג.
(המישך קומט)
*) וי באקאנט, איז שערינלקי דערשאָסן געװאָרן דורך א יידישן קעמפער נוֹן א רעװאָלװער, װעלכן עס האָט ספּעציעל דערצו אריינגעשיקט אין געטאָ דער ווארשעװער קאָמיטעט פון פּפר.--- באמערקונג פון רעדאקציע