זייט 2
(,איקוףיבלעטער"
נר. 178
לאָמיר דעמאסקירן די פארברעכערישע פארהאנדלונגען צווישן די ציוניסטישע נאציאָנאליסטן און די נעאָ"נאציסטן פון באָן
פוו ב. פעלדמאן
די העצער צו א נייער מלחמה, אָנגעפירט פון די אמעריקאנער אינפּעריאליסטן, באנוצן אלע מיטלען כדי צו פארשנעלערן די צוגרייטונגען צו א דריטער וועלט-מלחמה, נישט אָפּשטעלנדיק זיך פון קיין שום נידערטרעכטיקייט כדו צו קאָנען דערגרייכן צו באהערשן די גאנצע וועלט.
די פעלקער פון דער גאָרער וועלט לעבן היינט אונטער דעם שווערן איינדרוק פון דער פארברעכערישער אקציע ואס איז באגאנגען געװאָרן קעגן דער מענטשהייט: דאָס באנוצן פונעם אמעריקאנער אימפּעריאליזם דעם באקטעריאָלאָגישן וואָפן קענן דעם העלדישן קאז רייער פאָלק, װאָס קעמפט פאר דער פרייהייט און זעלבסשטענדיקייט פון זיין לאנד.
אין די משוגענע פּלענער פון די אמעריקא-ה נער-ענגלישע אימפּעריאליסטן, פארנעמט א חשוב אָרט דאָס אָרגאניזירן די ,אייראָפּעישע ארמיי". דער קערן פון. דער דאָזיקער ארמיי דארף זיין די נאצישע ווערמאכט, וװאָס ווערט היינט ווידער אויפגעלעבט אין מערב-דייטשלאנד אונטער דער אָנפירערשאפט פון די פריערדיקע קאָמאנדאנטן פוז די ס. ס. מערדעריבאה טאליאָנען און פון די געוועזענע היטלעריסטישע גענעראלן וי שפּייד?, הויסינגער, מאנטויפל, גודעריאן א. א.
אין אָנהױיב פון דעם יאָר, איז אין לאָנדאָן אָרגאניזירט געוואָרן א קאָנפערענץ פון די אױסערן-מיניסטאָרן פון די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ענגלאנד און פראנקרייך, ביי וועלֿכער עס האָט זיך אויך באטייליקט אדע" גאוער, דער היטלעריסטישער קאנצעלאר פון באָן. דאָס װאָס מען האָט באשלאָסן ביי רער דאָזיקער קאנפערענץ, איז דערנאָך דעפיניטי" ווירט געוואָרן אין ליסאבאָן, מצד דעם ראט פונעם צפון-אטלאנטישן בלאָק, דא איז אָפוציעל? פעסטגעשטעלט געוװואָרן דאָס אויפשטעלן די ,,אייראָפּעישע ארמיי", אין וועלכער עס דארף זיך באטייליקן אויך די רעארגאניזירטע היט? לעריפטישע ארמיי פון מערב-דייטשלאנד. מִיט דער געלעננהייט, האָבן די מ?לחמה-צינדער באה של?אָםן דאָס רעווידירן די אורטיילן ואס זענען ארויסגעגעבן געוואָרן קעגן די היטלעי ריסטישע מלחמה-פארברעכער וװואָס זיצן איצט אין די תפיסות פון מערב-ידייטשלאנד און זיי צו באפרייען.
די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן האָבן צוגעטיילט ראָלן פאר אלע פארעטער וואָס האָבן זיך פֿארזאמלט אין ליסאבאָן. די מערדער-" באנדע פון אטען, אין שִפּיץ מיט די תלינים פּלאסטיראס. און ועניזעלאָס, דערפולנדיק די באפעלן פון די אמעריקאנער באלעבאטים, האָבן דערמאָרדעט דעם העלדישן קעמפער נוקאָס בעלאיאניס. דער דאָזיקער שוידערהאפטער פארברעכן, האָט ארויסגערופן דעם צאָרן פו! אלע פעלקער פון דער וועלט.
אויך דער פארעטעריבאנדע פון דער ירושלימער רעגירונג און פון דער אָנפירערשאפט פון די ציוניסטישע. אָרגאניזאציעס--- א באנדע וואָס איז אָנגעפירט פון די באווופטע אגענטן און שפּיאָנען פונעם אמערוקאנערענגלישן אימפּעריאליזם וי בן-גוריון, משה שרת און נחום גאָלדמאן--- איז צוגעטיילט געוואָרן א וויכטיקע מיסיע אין די ראמען פון דער אקציע! פון ווידעראויפלעבן די היט" לעריסטישע ווערמאכט.
די קליקע ציוניסטישע פּאָלוטיקער האָט די ראָלע צו ,רעהאביליטירן" די פארברעכער וועלכע האָבן, אין דער צייט פון דער היטלעריסטישער הערשאפט, אוױיסגעמאָרדעט מילואָנען און מיליאָנען מענטשן פון אייראָפּע, צווישן וועלכע די 6 מיליאָן יידן וואָס זענען אומגעבראכט געוואָרן אין די לאגערן פון מיידאנעק, בוכנוואלד און דאכאו, אין געטאָס, אין לאגערן פון צוואנג-ארבעט א. א. וו.
אויפן באפע?ל פון די אמעריקאנער באנקירן, האָבן זייערע משרתים אין ירושלים אָנגעהויבן פירן פארהאנדלונגען מיט די פאָרשטייער פון דער נעאָנאצישער רעגירונג פון באָן בראש מיט אדענאוער מיטן פּרעטעקסט אז זיי וועלן באקומען ,אנטשעדיקונגען" פאר די יידן װאָס זענען געהוגעט געוואָרן פון די היטלעריסטן. דער צוועק פון די דאָזיקע פארהאנדלונגען איז אָבער אן אנדערער. די ציוניסטן ווילן געבן די באָנער היטלעריסטן א צייגניש פון גוטער אויפפירונג כדי זיי צו פארלייכטערן דאָס אריינקומען אין צפון-אטלאנטישן בלאָק צוזאמען מיט די אנדערע פאָרשטייער פון די מארשאליזירטע לענדער. די אמעריקאגעך אימפּעריאליסטן. וילן אָפּגארן די. וואכזאמקייט פון די פעלקער פון מערבדאייראָפּע און פון דער נאָרער וועלט, זיי
סעקרעטאר פונעם
יירישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט צ. ק.
א א א
ווילן ווייזן די פראנצויזן, איטאליענער, בעל" ניער, נאָרווענער----ווי אויך די יידן פון רי פארייניוקטע שטאטן און פון אנדערע לענדער = אז אפילו די רעגירונג פון דער מדינת ישז רא?, א יידישע רעגירונג, איז מסכים מיטן ווידעראויפל?עבז פון דער פאשיסטישער ארמיי און ס'האָט, אויב אזוי, נישט קיין זין אז די פעלקער זאָלן זיך אקעגנשטעלן דעם ווידעראויפשטעלן דעם דייטשן מיליטאריזם.
די רעגירונגס-קליקע פון ישרא? האָט זיך געאיילט צו דערפולן די שמוציקע ראָלע װאָס איז איר צוגעטיילט געװואָרן מצד די אימפּעריואליסטישע באלעבאטים. עס איז גענוג געה ווען איין באפע? מצד די פארשטייער פון די אמעריקאנער מאָנאָפּאָלן, כדי די ציוניסטישע פּאָליטיקער פון ישראל און פון די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע זאָלן פארגעסן אז נישט פון לאנג פלעגן זיי אלץ דערקלערן אז ,קיינמאָל וועלן זיי נישט זיצן ביי איין טיש מיט דו מערדער פון די יידן", און זאָלן תיכף און אָן א שום וואקלעניש איבערגיין צום ,רעהאבילוטירן" די היטלעריסטישע מערדער.
מיטן פּרעטעקסט. ,אנטשעדיקונגען" וואָס די אדענאוערררעגירונג וועט באצאָלן, פארקויפן די ציוניסטישע אגענטן פון די אימפּעריאליסטן פאר דאָלארן דעם אָנדענק פון די מארטירער פון די פארניכטונגסילאגערן און פון ווארשעווער געטא, דעם אָנדענק מוֹן טויזנטער און טויזנטער יידן װאָס זענען דערמאָרדעט געואָרן אין דער צייט פון דער היטלעריסטישער אָקופּאציע, אויף די גאסן פון פּאריז, פּראג און בודאפּעסט, דעם אָנדענק פון די וואָס זענען געפאלן קרבנות פון רי פּאָגראָמען און דעפּאָרטירונגען וואָס זענען אָרגאניזירט געװאָרן'מצר די פאשיסטן פון אונדזער לאנד.
קעגן די דאָזיקע נידערטרעכטיקע אקציעס פון די ציוניסטישע פארעטער-- וועלכע האָבן ארויסגערופן דעם צאָרן פון מיליאָנען אָרנטלעכע מענטשן פון דער גאנצער וועל?ט,--הויבט זיך אויף פו? מיט רעוװאָלט די שטים פון די יעניקע וועלכע האָבן איבערגעלעבט הי נאציסטישע לאגערן; די שטים פון די מאמעס פון וועמענס שוים דוי היטלעריסטישע רוצחים האָבן אוועקגעריסן די קינדער כדי אריינצוווארפן זיי אין די גאזיקאמערן; די שטים פון די אלע וועלכע האָבן געזען וי זייערע טאטע-מאמעס און ברידער זענען דערשאָסן אָדער לעבעדיקערהייט פארברענט געוואָרן דורך די היטלעריסטישע בעסטיעס.
זאָל וויסן די באנדע פון שפּיאָנען און פֿארעטער פון ירושלים, בראש מיט בן-נוריונען אז דאָס אלץ קען מען נישט פארגעסן!
גיבנדיק די שטיצע פארן ווידעראויפלעבן די היטלעריסטישע ארמיי, שטיצט די ציוניסמישע רעגירונג פון ישרא? די מלחמה וואָס עס פורן די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן קעגן דעם קאָרייער פאָלק, שיקנדיק מעחייקאמענטן און אלימענטן פאר די בעסטיעס וועלכע ווענדן אֶן דאס באקטעריאָלאָגישע גע.ווער. אויך ביי דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס פירט אויס דער פאָרשטייער פון דער מדינת ישראל אויף א משרתדיקן אופן אלע באפעלן פון די אימפּעריאליסטישע פּאָלוטוקער, וועלכע שטעלן זיך אקעגן יעטוועדער אקציע װאָס האָט דעם צי? צו פארהיטן דעם שלום און צו שאפן אן אטמאָספער פון אינטערנאציאָנאלער צוזאמענארבעט.,
די ציוניסטישע קליקע האָט ציניש פֿאראָטן די אינטערעסן. פונעם ישראלישן פאָלק. זי האָט פארקויפט פארן אמעריקאנער. אימפּץריאליזם די אומאָפּהענגיקייט פון דער מדינת ישראל, וועלכע איז טראנספארמירט געוואָרן אין אן אָנגריף-באזע קעגן סאוועטן-פארבאנר און די פאָלקס-ידעמאָקראטישע לענדער. די ישראלישע ארמיי ווערט אינסטרואירט דורך אמעריקאנער אָפיצירן. די ישראלישע עקאָנאָמיע איז אונטערגעוואָרפן דעם דיקטאט פון די כפּעציאליסטן וואָס ס'שיקן די אמעריקאנער מאָנאָפּאָלן. די ציוניסטישע פּאָליטיקער האָבן איינגעפירט די פאשיסטישע רעגירונגסמעטאָדן. די אָנגענומענע מאָסמיטלען מצר דער אמעריקאנער אגענטור פון דער אָנפירונג פון דער מדינת ישרא? קעגן די דעמאָנסטרא-ה
ציעס פאר שלום און ברויט, װאָס זענען אָרגאניזירט געװאָרן פון די יש-אלישע מאסן און
בפרט די בעסטיאלע מאָסמיטלען קעגן רי פּראָטעסטן פונעם ישראלישן פאָלק אין שייכות מיט די ציוניסטיש-היטלעריסטישע אונטערהאנדלונגען, ווייזן אויך ארויס די פארעטערישע פּאָליטיק פון דער בן-גוריון-רעגירונג.
אָבער די שלום-כוחות פון ישרא?, אין וועלעבנס שפּיץ עס געפינן זיך די קאָמוניסטישע קעמפער, וואקסן אומאויפהערלעך און הויבן זיך אויף קעגן דער אימפּעריאליסטישער פּאָליטיק פון פארשקלאפן די מדינת ישראל; קעגן די פארעטערישע מאנעוורען פון רער ציוניסטישער רעגירונג. אונטער דער אָנפירונג פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון ישראל ווייזן ארויס די יידישע ארבעטנדיקע פון ישי רא?, דורך מאסן-אקציעס, שטרייקן און דע" מאָנסטראציעס,--- זייער ווילן צו פארטיידיקן דעם שלום, צו דעראָבערן די אומאָפּהענגיקייט פונעם?אנד.
די יידישע ארבעטימענטשן פון אונדזער לאנר קענען נישט בלייבן גלייכגי?טיק צום צינישן אָפּחוזקן דעם אָנדענק פון די קרבנות פונעם היט?לעריזם מצד די ציוניסטישע אָנפירער. די אלע וועלכע האָבן איבערגעלעבט די אומענרלעכע היטלעריסטישע אכזריותן; די א?לע וועלכע זענען טאקע אליין געווען דעפּאָרטירט אין די אוױיסראָטונגס-לאגערן און האָבֿן פֿארלוירן זייערע ליבסטע אין די דאָזיקע לאגערן,--- הויבן זיך אויף מיט אנטשלאָסנקייט קעגן די ציוניסטיש-היטלעריסטישע אונטערהאנדלונגען. מען קען נישט פארגעסן אז פון די 179 טויזנט יידן פון צפון-טראנסילוואניע וועלכע זענען געואָרן דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ, מיידאנעק און אנדערע?אגערן, האָבן זיך, נאָכן זיג פון דער רומרייכער סאָוועטישער ארמיי איבער די היטלעריסטן, צוריקגעקערט נאָר עטלעכע און 0 טויזנט נפשות.
ס'איז נישט פאראן קיין איין אָרנטלעכער ייד וועלכער זאָ? נישט פארורטיילן דאָס ציוניסטיש-היט?עריסטישע שותפות, און וועלכער זאָל נישט זיין דערצערנט פון די אומפארשעמטע ציוניסטישע פּרעטענציעס צו רעפּרעזענטירן עפנטלעך די יידישע ארבעטימענטשן וועלכע האָבן געליטן פון די היטלעריסטישע רדיפות.
קעגן דער שותפות פון די ציוניסטן מיט די היטלעריסטישע רוצחים; קעגן דער שטיצע װאָס די ציוניסטישע פירער גיבן פאר דעם װידעריבאוואָפענען די מערדער פון מיליאָנען מענטשן--- פּראָטעסטירן פו? מיט צאָרן אזעלכע וי מארקאָוויטש עמאנוע? פון באיא מארע, פון וועמענס משפּחה עס זענען געפאלן קרבנות פון די היטלעריסטן, 40 פּערזאָן; וי באראני דיאָניסיע פון סיגעט, וועמען די היטלעריסטן האָבן אויסגעהרגעט 30 נאָענטע קרובים; וי דאוויד אסקאר פוֹן טימישאָארא, פון וועמענס משפּחה סע זענען אומגעקומען אין דיי פארניכטונגסי?אגערן איבער 90 מענטשן.
קעגן דער שוידערלעכער נידערטרעכטיקייט פון די ציוניסטן, הייבט זיך אויף דער פּראָטעסט פון יענע וועלכע האָבן געליטן אין די לאגערן פון טראנסניסטריע און וועמענס עלטערן, ברידער און קינדער, זענען דאָרט דער" מארדעט געװאָרן פון די פאשיסטישע בעסטיעס.
קעגן דער דאָזיקער שמוציקער פּראָוואָקאטאָרישער אקציע פון די רעגירער פון ירושלים, חייבן זיך אויף די יעניקע וועלכע האָבן געליטן פון די פּאָגראָמען פון בוקארעשט, יאס און דאָראהוי,
די יידישע ארבעט-מענטשן פון דער רומענישער פאָלקס-רעפּובליק, פּראָטעסטירן ענערגיש קעגן די דאָזיקע שענדלעכע פארהאנדלונגען וועלכע האָבן דעם צוועק צו ,רעהאביליטירן" די היטלעריסטישע ארמיי, צו אונטערשטיצן דאָס שאפן א נייע ווערמאכט וועלכע דו אמעריקאנער אימפּעריאליסטן ווילן מאכן פאר א הױפּט-וואָפן פון דער אגרעסיע קעגן סאָוועטןפארבאנד און די פאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער. די אָרנטלעכע יידן פון אונדזער היימלאנד זענען באוווסטזיניק, אז זייער חוב אין צו זיין איניינעם מיט די שלום-ליבנדיקע מענטשן פון דער גאנצער וועלט וועלכע פאָדערן די פארייניקונג און די דעמאָקראטיזירונג פון דייטשלאנד, דאָס פארוואפדלען די דייטשע מלוכה און א שלום-פאקטאָר אין אייראָפּע,
אין דעם ענטפער אויף די פראגן פון א גרופּע רעדאקטאָרן פון אייניקע אמעריקאנער צייטונגען, האָט דער גרויסער סטאלין נאָכאמאָל
ארויסגעוויזן די פארנונפטיקע פֿאָליטיק פונעם סאָוועטן-פארבאנד אין דער דייטשער פראגע, א פּאָליטיק ואס אנטשפּרעכט די שטרעבונגען פונעם דייטשן ארבעטנדיקן פאלק און אויף וועלכן עס שטיצט זיך דער קאמף פאר א פארייניקט און דעמאָקראטיש דייטשלאנד. אויף דער פראגע: ,רעכנט איר אז ס'איז פּאסיק דער איצטיקער מאָמנעט פאר דער פארייניקונג פון דייטשלאנד?", האָט דער חבר סטאלין געענטפער
,יאָ, אזוי רעכן איך." דער דאָזיקער קורצער ענטפער וועלכער גיט א מעכטיקן קלאפ די שונאים פונעם שלום און פונעם דייטשן. פאָלק, פארשטארקן נאָך מער די וונדערבארע
סטאלינישע ווערטער װאָס געפינען זיך אינעם.
בריוו צו ווילהעלם פּיק און אָטאָ נראָטעוואָ?: ,עס קען קיין שום ספק נישט זיין אז דאָס עקזיסטירן פון א שלום-ליבנדיקן און דעמאָקראטישן דייטשלאנד, ביינאנד מיט דער עקזיסטענץ פון דעם שלום-ליבנדיקן סאָוועטן-פארבאנד, שליסט אויס די מעגלעכקייט פון נייע מלחמות אין אווראָפּע און מאכט אומעגלעך דאָס פארשקלאפן די אייראָפּעישע לענדער מצד די אימפּעריאה פיסטן פון דער וועלט".
די יידישע ארבעטימענטשן פון אונדזער היימלאנד רעכענען אז דער בעסטער ענטפער אויף די פּראָואָקאציעס פון די שונאים פון שׁלום, צווישן וועלכע עס געפינט זיך אויך די ציוניסטישע קליקע, איז די אקטיווסטע באה טייליקונג, איניינעם מיט די רומענישע ארבעטמענטשן און מיט די אנדערע מיט?עבנדיקע נאציאָנאליטעטן, צום ווערק פון בויען דעם סאציאליזם, אזוי וי עס טוען די סטאכאנאָוויסטן סאָלאָמאָן חיימאָזוויטש און איזאק ראבינאָוויטש פון בוקארעשט, גרינפעלד אלכער פון טימישאָארא, גוטמאן עוזשען פון אָראדעא; אזוי וי עס טוען דאָס וויסנשאפטלער און קינסטלער פון די רייען פון דער יידישער באפעלקערונג, וי דער אקאדעמיקער בארבו?אזארעאנו, דער פּראָפּעסאָר מ. חיימאָוויטש, דער קאָמפּאָזיטאָר א. מענדעלזאָן, פארדינסטפול?ער מייסטער פון קונסט פון דער ר. פ. ר. בעאטע פרעדאנאָור פארדינסטפולע קינסטלערן פון דער ר. פ. ר. און אנדערע.
ארבעטנדיק מיט באגייסטערונג אין ד! אונטערנעמונגען, אינסטיטוציעס און קאָאָפּעראטיוון, כרדי צו פארשטארקן די רומענישע פאָלקםרעפּובליק, ווייסן די ארבעט-מענטשן פון אונדזער היימלאנד אז זיי שטיצן דעם קאמף פון די שלום-כוחות פון דער גאנצער וועלט, אין שפּיץ פון וועלכע עס שטייט דער סאָוועטןפארבאנד, און ווייסן אז אזוי ארום טראָגן זי בי צו דער אקציע פון אָפּהאלטן די פּראָוואָקאטאָרן צו א נייער מלחמה און זייערע משרתים, צווישן וועלכע עס געפינט זיך אויך די ציוניסטישע קליקע פון ירושלים; זיי ווייסן אז אזוי ארום וועלן זיי, צוזאמען מיט די אָרנטלעכע מענטשן. פון אומעטום, נישט דערלאָזן אז אזעלכע פארברעכנס וי די וואָס די היט= לעריסטן האָבן געטון אין אוישוויץ און מיידאנעק זאָלן זיך מער נישט איבערחזרן.
די יידישע דעמאָקראטישע קאָמיטעטן פוגעם לאנד, האָבן דעם חוב צו מאָביליזירן דו אָרנטלעכע מענטשן פון דער יידישער באפעלקערונג אין דער אקציע צו דעמאקקירן די נאציאָנאליסטיש-ציוניסטישע אגענטור, וועלכע האָט זיך געשטעלט אין דינסט פון די העצער' צו א נייער מלחמה, וועלכע אונטער דעם נאָמען פון ,אנטשעדיקונגען" ווי? אֶפַּוואשְן דאָס בלוט פוז די הענט פון די היטלעריסטישע מערדער.
מיר זאָלן מאכן אז אינעם געוויסן פון די יירישע ארבעט-מענטשן זאָ? וואקסן די שנאה קעגן די נאציאָנאליסטישע ציוניסטן, די װאָרטפירער פון די אמעריקאנישדענגלושע אימפּעריאליסטן,?אָמיר קול?טיווירן די ליבשאפט און געטריישאפט פון די יידישע ארבעטמענטשן פאר אונדזער טייער היימלאנד, דו רו= מענישע פאָלקסירעפּובליק, פאר דער זאך פון
בויען דעם סאָציאליזם און פארטיידיקן דעם שלום.
הערט די ראדיאָדעמיסיע אץ יײדישער שפראך
ש 19
שברז א זייגער אויף די פּאָסטנס 32,468 און 48,3 וועלן לענג.
2