נר. 178
,.איקוף-בלעטער"
זייט 3
ניין יאר פונעם העלדישן אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא
דעם 19יטן אפּרי? ווערן ניין יאר זייט ס'האָט זיך אָנגעהויבן דער העלדישער אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא. איַן דוי היינטיקע פּאָליטישע באדינגונגען איז דער דאָזיקער טאָג, פו?. מיט אָנלערנדיקע באדייטונגען. ווען די העלדן װאָלטן היינט אויפגעשטאנען פון די קברים, ווען דאָס אש זייערס װאָלט היינט געקענט זעען דאָס ווונדערבארע לעבן וואָס עס שאפן זיך אין פּוי?ן די יידישע ארבעטמענטשן,--- וועלכע די נאציסטישע מערדער, פאריאָנטע פון דער זיגרייכער סאָוועטישער ארי מיי, האָבן שוין נישט געהאט קיין צייט אומצוברענגען--- וואָלטן זי מיט פֿרייד געזען אז זייער קאמף איז נישט געווען אומזיסט. אָבער וי וואָלטן זיי רואיק געקענט צוקוקן וי א היים? יידן-ואטלער האנדלט היינט מיט די יורשים פון זייערע מערדער, און טאקע מיט די מערדער אליין, וועגן פּרייז פון זייערע ביינער אָדער אש. קיינמאָל האָט זיך נאָך נישט ארויסגעוויזן אזוי בולט דער שמוציקער פּרצוף פון די יידישע אמעריקאנער װאָלסטריט-פאָרשטייער, די גאָלדמאן-בלוישטיין קליקע און די בן-נוּ ריון רעכטע-סאָציא?-דעמאָקראטישע קליקע, זי אצינד. אט דער טאָג, פון יידישער און מענטשלעכער ווירדע, לינט זיי װי א ביין אין האַלדז, די משרתים װאָס פירן אויס יעדן באפע?ל פון די נייע פאשיסטן, פון די נייע רוצחים. מיטן אויסרייד אז דער 19-טער אפּרי? געה פאלט צומאָל אין פּסח, און ס'וואָלט זיי געקענט ,חלולה"? פארשטערן דאָס פארדייען די קייזלעך און כרעמזלעך, האָבן זיי פארשויבן דעם טאָג פון פייערן דעם אָנדענק פונעם אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא. די װאָט האָבן. ריינגעוואשן אזעלכע יודנראטלער וי משה פּוטשיץ, וועלכער האָט פארגרעסערט די צאָ? פון די קרבנות פאר וועלכע זי זאָלן היינט מאָנען בלוט-פארפלעקטע מארק, פּאסט נישט אז מען זאָ? דערמאנען פון ווירדע און ככוד. איבערחויפּט ווילן זיי נישט אז מען זאָל דערמאנען פון יודנראטלער(אויפן גנב ברעגט דאָס היטל). די פּרעדיקער פון ,,אחדות ישראל" וועלכע וװואָלטן געוואָלט איינרעדן אז אין געטאָ האָבן אלע גלייך געליטן, אז דער געטאָ-אויפשטאנד איז געווען א|ן אקט פו} האָפּנונגתלאָזיקייט און נישט קיין קאַמף פאר באפרייונג, א קאמף פאר לעבן, קאָנווענירט זיי נישט דאָס אויפדעקן דעם פאקט אז אין געטאָ איז נישט געווען קיין איינהייטלעכע, סאָלידארישע מאסע. ס'איז גענוג צו נעמען. די ערשטע בעסטע ארבעט פון רינגעלבלום-ארכיוו, צי דעם רינ" געלבלום-טאָגבוך גופא, בכדי זיך דערין צו איבערצייגן. { עס דערציילט דער מחבר פון א סינטעטישער ארבעט וועגן ,טעאטער און פארוויילונגסאנשטאלטן אין געטא", וועלכע באהאלט זיך אונטער דעם פּסעוודאָנים ,,סטאניסלאוו רוזשיצקי", אז אויפן געביט פון געטאָ זענען אין 1949 געווען אריבער 200 פארוויילונגסאנשטאלטן: קאפעען, בארן, רעסטאָראנען, קאה בארעטן.
און וען מען איז אריינגעקומען אין אזא קאפע וי ,לורס", וי ,שטוקא"(אמאָליקע גערטנערם קאפע), צִי אין דער אריזאָנא, װאָס האָט זיך געפונען אין דֶער טוטערינע פון האָטעל בריטאניא, אין וועלכער עס האָבן געז װווינט די מענטשן וואָס האָבן געשעפּט גרויסע רייכטימער פון פאָלקס-אומגליק, האָבן נאָר די ווייסע זיידענע לענטעס אויף די אָרעמט דער" מאנט, אז מען געפינט זיך אין געטאָ, עס האָט געבלענדט דער נלאנץ פון זייד אויף די שטארק פארפומירטע פרייליינס און דאמען, עס זענען יונגעלייט גענאנגען אין נייע טייערע אנצוגער, און אז אלדאָס גוטם איז דאָרט געווען לרוב. רוזשיצקי זאָגט;
,די ל?אָקאלן זענען געווען אן אמתער אאזיס פון לוקסום, באקוועמלעכקייט, זאָרגלאָזיקייט אין אן ארומרינגלונג פון הונגער, קראנקחייטן, קנעכטשאפט און שווארצער נויט."
וועריזשע זענען עס געווען די גליקלעכע, װאָס האָבן געקאָנט אריינקומען אין אזעלכע קאָסטבארע פארוויילונגס-ערטער, ווען ארום זענען טויזנטער אויסגעגאנגען פון הוננער? און דער זעלבער רוזשיצקי ווייזט זייער יחוֹס: געווע" זענע קאפּיטאליסטן, יידנראטניקעס, געטאָפּאָלוציאנטן, געסטאפּאָיאגענטן, פארוואלטער און מייסטערט פון די שאָפן, שמוגלערס, אונטערוועלטניקעס און זייערע באדינער פון צווישן דער אינטעליגענץ.
צי קען מען געבן א רעאליסטיש בילד וועגן געטא, פארגעסנדיק אין דעם שיכט פון די געסטאפּאָ-אגענטן, קאָלאבאָראנטן, וװאָס האָב| עשטערט מיט אלע כוחות, דורך מאָרר און פּראָוואָקאציע אָט די, ואס האָבן גערופן צום קאמף? ניין, מען קאָן נישט! וויי? בל?ויז ווען מיר וועלן ווייזן די קלאסן-צעטיילונג אין גע" טא, דעם קלאסן-מהות פון די יודנראטניקעס, וועט ערשט אין דער פולער מאָס אויפשטיין פאר אונדזערע אויגן דאָס ביל?ד פון יענע העלדן פון געטאָ, וואָס האָבן זיך אלץ שטארקער און שטארקער אדורכגענומען מיט די אידעען פון ווירערשטאנד, וואָס עס האָבן פֿארשפּרייט דו פאָרשטייער פון פ. פ. ר., די רעוואָלוציאָנער! ארבעטער און יוגנט.
ערשט ווען מיר וועלן גענוי באגרייפן דעם תחום פון געפאלנקייט פון די יידיש-ינגיריש" קאָלאבאָראנטישע עלעמנעטן אין געטאָ, וועלן מיר נאך בולטער דערזען די נרויס פון די געטאָ-קעמפער, ואס האָבן זיך גענומען פארן געווער.
עס איז נישט קיין צופאל, וואָס דער אויפשטאנד איז געקומען אין 1945 יאָר. דער היס" טאָרישער זיג ביי סטאלינגראד, די שרעקלעכע דערפארונג פון די זומער-חדשים 1942 יאָר, בעת דאָס געטאָ איז אויסגעבלוטיקט געוואָרן, בעת ס'זענען ענדגילטיק באדעקט געוואָרן מיט אייביקער שאנד די קאָלאבאָראציאניסטן, די יידישע פּאָליציאנטן וואָס האָבן אקטיוו זיך באטייליקט אין אוועקשיקן 800.000 יידן אויף טויט, האָט געעפנט די אויגן, האָט איבערצייגט אין דער וויכטיקייט פון די װאָרנונגען פון דער פפר, פון די רופן פון דער יידישער קאמפטאָרגאניזאציע.
לאָמיר אויסהערן איינעם פון די אויפרופן פון דער יידישער קאמפסדאָרגאניזאציע פון
,שווער אָנצוווייזן אין דער ליטעראטור אויף נאָך איינער אזא טראגישער זאמלונג פון לודער..." מיט די דאָזיקע ווערטער פירט אונדז אריין דער דיכטער בינעם העלער אין דע" אנטאָלאָגיע ,,דאָס ליד איז געבליבן" װאָס איז דערשינען אין פֿאר?אג ,יידיש בוך" פון ווארשע.
די לידער זענען אָנגעזאפּט מיט טרויער און רעװואָלט. זיי שפּיגלען אָפּ די חלומות, רי שטרעבונגען און די האָפנונגען פון זעקס און דרייסיק יידישע דיכטער װאָס זענען אומגעקומען אין פּױילן כשעת דער היטלעריסטישער אָקופּאציע; זיי זאָגן עדות וועגן דעם געפּלאָגטן, געמאטערטן לעבן פוז די זעקס אוֹן דרייסיק דיכטער אין די יאָרן פֿאר דער מלחמה, ווען זי זענען ממש אויסגעגאנגען פאר הונגער, ווייל דער בורזשואזער געזעלשאפט האָבן נישט געפעלן זייערע ווערק אָנגעלאָדענע מיט צאָרן קעגן די אויסנוצערס און קעגן דעם אומרעכט; די לידער זאָגן עדות וועגן דעם טראגישן גורל? פון דעם גרעסטן יידישן ישוב אין אייראָפּע.
די דאָזיקע לידער זענען היינט א געווער קעגן די בן-גוריונם און גאָ?דמאנס, די נידערטרעכטיקע קליקע, וועלכע זעצן זיך ביי איין טיש מיט די פאשיסטן פון באָן, צו פארמסחרן דאָס אש און די ביינער פון די אומגעקומענע יידן דורך נאצישע הענט.
די זאמלונג הייסט ,דאָס ליד איו געבליבן". דאָס ליד װאָס טראָגט אין זיך די שענסטע און
דאס ליד איז
אייד?סטע מענטשלעכע געפילן, דאָס ליד אין וועלכן ס'הערט זיך די קלאָג און דער פּראָטעסט פון די יידישע ברייטע מאסן, דאָס ליר איז געבליבן און וועט אייביק בלייבן אין אוֹנדזערע הערצער, און וועט אונדז שטארקן אין אונדזער קאמף צו שׂאפן א וועלט אין ווע?כער די דיכטער זאָלן זינגען וועגן דעם גליקלעכן לעבן פונעם פאָלק, א וועלט אזויווי ס'איז געבויט אינעם סאוועטן-פארבאנד און ס'ווערט געבויט אין די פֿאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער.
מיר וועל?ן געבן נאָר א קורצן איבערבליק איבער דעם אינהאלט פון דער אנטאָלאָגיע און אילוסטרירן מיט כאראקטעריסטישע שׁורות פון די אָפּגעדרוקטע לידער..
דער בוך עפנט זיך מיט א רֵיי?ידער פון דער גרויסער יידישער דיכטערן מרים אוֹלִיי נאָװער. אירע לידער זענען אָנגעזאפּט מיט צערטלעכקייט. עס פילט זיך אֶבֶער אויך צווישן די לירישע שורות פון מ. אולינאָווער דער קלאָג פונעם אָרעמען. אויסגענוצטן מענטש פאר וועלכן דאָס לעבֿן ווערט אל?ץ ערגער. אזויווי, למש? דאָס ליד ,,דאָס רינגל":
קיינמאָל זאָלסטו עס נישט אויסטון נישט. אין פּרײַר,. אין וויס
דעצעמבער 1942, אין וועלכן די אָרגאניזאטאָרן פון דעם יידישן ווידערשטאנד האָבן געשריבן אט װאָס, ווענדנדיק זייער װאָרט צו די יידיז שע ארבעטישקלאפן פון די לעצטע שאָפן: ,ווידער האָבן די דייטשן געפונען העלפער אוֹן משרתים אין דער יידישער געזעלשאפט גופא, ווידער האָבן זיי געפונען מנווולים, וועל
כע האָבן מִיט אייגענע הענט אויסגעליפערט זייערע ברידער צו דער שהיטה, כדי צו קאָנען פאר דעם פּרייז ראטעווען זייער פּארשיוון, פארשפּוגענעם לעבן. די גאנגרענע, וואָס רי
יידישע פּאָליציי און די גמינע-לייט האָבן פארה שפּרייט אין ווארשע, האָט אָנגעשטעקט די קרייזן פון די שאָפ-דירעקציעס, ווו עס זיצן אָפט די נידערטרעכטיקסטע אויסווורפן גרייט אויף יעדע נבלה.
,גלויבט נישט די יידישע מאכערס, די פיי רער פון די שאָפן, די מייסטערס-- דאָס זעד נען אייערע שונאים,?אָזט אייך נישט נאון דורך זיי.
רעדט אייך נישט איין און?אָזט אייך נישט איינרעדן אז ד} בעסערע פאכלייט, די עלטערע ארבעטער, װאָס האָבן נומערלעך, זענען זיכער און דעריבער זאָל מען אויסליפערן
די שוואכערע, די שוצלאָזע.
אלע זענען באדראָט.
,זאל קיינער נישט וואגן צולייגן א האנט, נישט העלפן-- אקטיוו אָדער פּאסיוןו-אויסצוליפערן אין די הענט פון תלין זיין ברודער, זיין חבר, זיין שכן, זיין מיטארבעטער.
,העלפט איינער דעם צווייטן.
,די געמיינע פארעטער וועלכע העלפן דעם שונא, מוזן אױסגעשפּיגן ווערן פון דער מחנה.
,לאָזט אייך נישט אומברענגען וי די שאָף.
,גרייט זיך צו פארטיידיקן אייער לעבן."
איצט איז קלאָר: נישט די שווארצע ראס פון אומגליק איז געווען די שייד-ליניע, צווישן פארצווייפלונג און ווידערשטאנדיגייסט. דו שיידיליניע איז געלעגען גאָר ערגעץ אנדערש. ביי סטאלינגראד, ביי דער פּוילישער ארבעטערפּארטיי און פֿאָלקסדיארמיי, ביי דער גרויסער מחנה פון פרייהייטס-קעמפער, פון וועלכער עס זענען אויפגעקומען יוסף לעווארטאָווסקי און אנדזשיי שמידט און אלע אנדערע, וועלכע זענען דורך דער דאָזיקער מחנה געוואָרן באווירקט און דערצויגן און אין איר גייסט געהאנדלט.
דער אנטיפאשיסטישער פראָנט, וועלכער איז אנטשטאנען דירעקט אונטער דער השפּעה פון דער פּוילישער ארבעטעריפּארטיי און אָנגעבונדן צו די העלדישע קאמפס-יטראדיציעס פון דער קאָמוניסטישער פּֿארטיי פון פּױילן, אין געווען דאָס וויגעלע, אין וועלכן עס האָט זיך אױסגעהאָדעוועט און ס'איז רייף געוװואָרן די אידעע פון ווידערשטאנד פון אקטיוון קאמף קעגן שונא. נישט די אידעאָלאָגיעס פון אֶפּי געזונדערטקייט, פון צעטיילן די וועלט אויף יידן און נישט יידן, זענען אימשטאנד געווען אָנצופולן די העלדן פון געטאָ-אויפשטאנר מיט מוט און דרייסטקייט, מיט דער איבערמענטשלעכער קראפט פון אויסדויער, גאָר די אידעאָלאָגיע פון עכטן אינטערנאציאנאליזם, פוז פריינטשאפט צווישן פאָלק און פאלק און פון געמיינזאמען קאמף פאר געמיינזאמער פרייהייט. די שטערן וועלכע האָבן באלויכטן
דעם העלדישן וועג פון די געטאָ-אויפשטענר" לֶער האָבן געקענט בלויז זיין די שטערן פוֹן מאָסקווע. און סטאלינגראד פון קורקם און לענינגראד--- די שטערן פון גרויסער מענטשלעכער. עקשנות און באוווסטזיניקן קאמף, די שטערן פון זיג.
געדענקען. מיר וועגן דעם אין אונדוערע היינטיקע טעג,, ווען אונרזערן לויטערן פּרווון די נאָכפאָלגער פון היטלעריזם, די אנגלא-אמעריקאנער. אימפּעריאליסטן פֿארציען מיט חורבןז-שטויב, וועלכן עם דארף לאָזן נאָך
= הימל
זיך די אטאָםיבאָמבע, די נאפאלם און באקטעריאָלאָגישע באָמבעס און אנדערע אויסטראכטענישן פון דער אל?ץ פֿארניכטנדיקער
אלטער. וועלט. געדענקען מיר וועגן דעם און אין נאָמען פוֹן די אויפשטענדלער פון ווארז שעוועריגעטאָ, אין נאָמען פון זייער גרויסער מאָראלישער קראפט, אין נאָמען פון די פארפּייניקטע אין די גאז-קאמערן און פארברענטע
אין די ווארשעווער געטאָ-מױיערן ווענדן מיר היינט, וי זי דאן, אונדזער רוף. צו אלע
מענטשן, װאָס וילן א פרידלעך געזונט און זאט לעבן: צום קאמף קעגן די, װאָס באדראָען אונדזער לעבן!
פּונקט וי מיט 9 יאר צוריק אזוי אויך היינט זענען בלויז א הקייפ? פארברעכער די באדראער פון אונדזערע היימען און קינדער. א קליינער אָפּטײי? געטאָ-קעמפער איז בכוח געווען זיך קעגנשטעלן די מענטשן-אויסראטער. וואָס פאר אן אומבאגרענעצטע מעגלעכקייטן האָבן מיליאָנען, צענדליקער און הונדערטער מיליאָנען מענטשן אין דער גאנצער וועלט, וועלכע באזיצן אין זייערע הענט אלע שליס?פּאָזיציעס פונעם?עבן, וועלכע שטיצן זיך אויף דער קאָלאָסאלער קראפֿט פון דער מעבטיקסטער שלום-פעסטונג--- פונעם ראטן-פארבאנד, אויף דעם באפרייטן העלדישן פאלק פון כינע און פון אלע פאָלקס-ירעמאָקראטישע מלוכות! וי אומגעהויער גרויס זענען די מעגלעכקייטן נישט צו דערלאָזן מער צו קיין שום רויבערישע,= אימפּעריאליסטישע מלחמות, נישט צו דערל?אָזן צום פארווענדן די דערפינדונגען פונעם מענטשן צום אויסראָטן די מענטשן ווען אין די רייען פון די שלום-קעמפער זענען דאָ די גרעסטע גייסטער פון דער וועלט!
--. היינט, ווען די קאניבאלן פונעם צוואגציקסטן יאָרהונדערט ווענדן אָן דאָס באקטעז ריאָלאָגישע געווער, וואָס אפילו די נאציסטישע חיות, האָבן נישט געהאט דעם מוט עס אֶנֵצוווענדן, ווען יידושע משרתים זעצן זיך בי איין טיש מיט די מערדער פון די זעקס מיי ליאָן יידן, כדי זיי צו געבן דעם ,יידישן הכשר" אז זיי מעגן איבערחזרן זייערע רציחות.-מיט מעטאָדן פּערפעקציאָנירטע אײן די אמעריקאנער לאבאָראטאָריעס און עקספּערימענטירטע אויפן העלדישן קאָרעישן פאלק--- דארף דער ביישפּי? פון די העלדישע אויפשטענרלער פון ווארשעווער געטאָ זיין פאר אונדז דערמוטיקונג איןז קאמף פאר פרייהייט אוֹן שלום; ער גיט אונדז דעם גלויבן אין דעם פולשטענדיקן נצחון פון דער וועלט, װאָס בויט די מענטשלעכע געזעלשאפט, אין וועלכער ס'איז
-קיין אָרט נישט פאראן פאר רויבערישע מל
חמות, פאר פארשקלאפונג--- די געזעלשאפט פון סאציאליזם.
ייט רישי רייריריריירייייריירייירירייייייייי יי יי
ג עבליבו?(רעצענזיע)
סיידן או דו וועסט ויך וואשן צו א שטיק? ברויט...
כיטראָג עס, כיטראָג עס סיקלייגע רינגל סישטיינדעלע ריין בלאָיס
זיך צו וואשן באבע-לעבן
איז נישטאָ צו װאָס.
אָבער אֹסור--- באבע-לעבן
צי דער חענית ארסן
אלא װאָס דער שלאנקער פינגער האָט מיר אָפּעגדארס...
נאָר דעופאר האָב איך דאָס רינגל
װי אן אויג געשוינט
גיוט פארבלאָגרושעט האָט מיין פיסל װו דער מלוה װוינט.
זיך צו שיידן פון דעם רינגל טואָגט דאָס הארץ נישט אויס ענגער, ענגער, ווֹערט דאָס לעבן און דאָס רינגל לויז.
ווייטער לייענען מיר א ריי לידער פון ברוך אֲליצקי. זיינע לידער פארמאָגן נישט די שפּילעװדיקייט פון מ. אולינאָווערס דיכטונג; פארז מאגן זי אָבער כוּח, זיי פארמאָגן פּראָטעסט:
פּלַיישוּ פון א קאלב װעגט מען אויפן פֿור, נאואן א פֿרײז אויף א שעפסעלעס וואָ?, נאָר מענטשן-פלייש וועגט מען אויף טאָנעו, און מענטשן האָר--- בויל-הוול! רופט אויס דער דיכטער אין זיין ליד ,בלוט". ליד ,,ווארשעווער מאָטיוון" ווייזט
אונדז דער דיכטער בילדער פונעם געפּלאָגטן קלעבן פון די אַרעמע מענטשן אין אמאָליקן ווארשע:
װי שיין דו בֵּיסֵטּ
און נישט אין בלאָנדן חאָרו
אוו נישט צווישן רויון
האָב איך דיך געפונען
אויף בידנער סחמאָטשע
אין בלייכער שיין פון הונגער
ביסטו אויפגעגאוגען.
ס'האָבן אײנמאָל ריינע אויגן אָנגעהויבן בלוי צו רער
און פארטוויט מיר
או סֿ'האָט מיין פּנים פרילינגריק ויך
צעשמייכלט
אין פארשלאָסעגעס מעדאליאָן פון ריין האוץ
און אז סינײיען אויס דײינע צעשטאָכענע פֿינגער
אויף פועמדע וועשן אומגעריכט מיין גאָמען. (המשך אויף וייט 4)