Jahrgang 
180 (1952) נר. 180 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

,2

פ.

נר. 180

וויסנשאפטלער, קינסטלער א

.איקוףיבלעטער"

זייט 3

װ ליטעראטן! קעמפט פארן כסדרדיקן בליען. פוו דער

וויסנשאפט און קולטור אין אונדזער היימלאנד! שטעלט איער גאנצן ארבעט- און שאפונגס"כוח אין דינסט פון שלום און סאציאליזם!

װו. אי. לענין

פּראָלעטאריער פון אלע לענדער, פארייניקט אייך!

דיטער מאי

חברים ארבעטער! ס'דערנענטערט זיך דער גרויסער יוםיטוב פון די ארבעטער פון דער גאנצער וועלט. דעם ערשטן מאו פייערן דו אר­בעטער זייער דערוואכן צו ליכט און וויסנשאפט, זייער ברידערלעכע אייניקייט אויף צו קעמפן קעגן יעדער אונטערדריקונג, קעגן יעדן ווילקיר, קעגן יעדער עקפפּלאָאטאציע, פאר דער סאָציא" ליסטישער געזעלשאפטלעכער ארדנונג. אלע די װאָס ארכעטן און האָדעווען אָ} דורך זייער אר­בעט די רייכע און נאָבלע, אלע די װואָס פארברענ­גען זייער לעב, ארבעטנדיק איבער זייערע כוחות פאר א מיזעראבלען לוין און באנוצן זיך קיינ­מאָל נישט מיט די פרוכטן פון זייער ארבעט, אלע די װאָס לעבן וי לאסטיבהמות אין מיטן דעם לוקסום און דעם גלאנץ פון אונדזער ציוויליזאציע, ניבן זיך אלע די הענט כדי צו קעמפן פאר דער באפרייונג און דעם גליק פון די ארבעטער. נידער מיט דער שנאה צווישן די ארבעטער פון פארשידענע נאציאָנאליטעטן אָדער פארשידענע רעליגיעס! אזא מין שנאה איז נוצלעך נאָר פאר די רויבער און טיראנען, וועלכע זענען די פּראָפיטאָרן פון דער איגנאָ­ראנץ און דער צעשפּליטערונג פונעם פּראָלע­טאריאט. דער ייד און דער קריסט, דער אר­מענער און דער טאָטער, דער פּאָליאק און דער רוס, דער פינלענדער און דער שוועדער, דער לעטאָנער און דער דייטש,--- אלע, אלע גייען איניינעם אונטער דער זעלבער פאָן פון סאָצו­אלוזם. אלע ארבעטער זענען ברידער, און זייער שטארקע אייניקייט איז די איינציקע גאראנטיע פֿאר דעם וווי?זיין און גליק פון דער גאנצער ארבעטנדיקער און אונטערדריקטער מענטש­הייט. אינעם טאָג פון ערשטן מאי מאכט אט די אייניקויט פון די ארבעטער יפון אלע?עג­דער-- די אינערנאציאָנאלע סאָציאל-דעמאָ­זראטיע-- א בילאנץ פון אירע כוחות, און גרייט זיך צו צו א נייעם אומהערמידלעכן אוז אומבויגזאמען קאמף פאר פרייהייט, גלייכהייט און ברידערלעכקייט.

די צאריסטישע רעגירונג איז אראָפּ פונעם זינען. זי ול לייען געלט כדי ווייטערצופירן די מלחמה, אָבער קיינער וועט איר נישט געבן דעם דאָזיקן קרעדיט. די רעגירונג זאָגט צו אז זוּ וועט צונויפרופן פֿאַרשטײיער פונעם פּאָלק, אָבער אין אמתן בלייבט אלץ אזויווי פריער,

א גרופּע שרייבער און סאָליסט

די באן יאָגט זיך איבעד די פֿרילינגדיקע פעלדער פונעם באראגאן. די שווארצע צעאקער­טע ערה באָדט זיך אין די גאָלדענע זון-שטראלן און באשטעטיקט מיט שטאָלץ אז זי טראָגט אין זיך שפע פאר דעם ארבעטנחיקן פאָלק פון אונדזער רעפּובליק. דאָ און דאָרט פליען פאר­בי צעצוויטעטע בוימער וואָס ווייזן אויס װי שטיפנדיקע קינדערלעך אין ווייסע העמדלעך, װאָס שפּילן זיך מיטן פרילונג.

די יידישע שרייבער און די פו­נעם בוקארעשטער פאָלקסזכאָר ,,איקוף", אטע­מען איין דעם. פרילינג מיט. דער. פרישער מאָרגנדיקער לופט, און זיי פילן וי ער דרינגט אריין אין די אָדערן, מיט נייע כוחות פאר דעו שעפערישער ארבעט.. זיי פאָרן אין עט?עכע שטעט זיך צו באגעגענען מיט די וירישע אר­בעטנדיקע. מאפן; זיי ברענגען פאר זיי דורך פּאֶעזיע און געזאנג, די פּרייד. פונעם נייעם לעבן ואס צעבליט זיך אזוי אימפּעטיק אין אונדזער רעפּובליק; זיי ברענגען אויך דאָס אנט­שלאָסענע װאָרט װאָס רופט צום קאמף קעגן די װאָס פּרװון שטערן דאָס דאָזיקע ל?עבן.

דער זאל פונעם אַטענע ,,ניקאָלאע באלטשעס­קו" פון פאָקשאן איז אויסגעצירט מיט פאָנען און לאָזונגען. אייניקע רופן צום קאמף קעגן אמעריקאנער אומפּעריאליזם, אנדערע| קעגן זייערע אגענטן די ציוניסטישע נאציאנאליסטן ואס פירן אויס זייערע פאברעכערישע בא­פעלן אין די רייען פון דער יידישער באפעל­קערונג.

דער חבר י. דובאָװיס, מיטגליד אינעם ביוראַ פון צענטראל-קאָמיטעט ,,איקוף", ווענדט זיך צו דעם עולם מיט זיין פאָרטראג אין

ס'ווערן פאָרגעזעצט די זעלבע פארפאָלגונגען, דער זעלבער וי?קיר פון די באאמטן; פרייע פאָלקסיפארזאמלוננען זענען נישט פאראן, פרייע צייטונגען פארן פאלק זענען נישט פאראן, די תפיסות אין וועלכע ס'ליגן די קעמפער פאר דער זאך פון די אױבעטער, עפענען נישט די טויערן. די צאריסטישע רעגירונג זוכט צו העצן איין פאלק קעגן אנדערן, זי האָט אראנזשירט א שחיטה אין באקו, העצנדיק די טאָטערן קעגן די ארמענער, און אצינד גרייט זי א נייע שחיטה קעגן די יידן, אויפהעצנדיק קעגן זיי די אֶפּי געשטאנענע שיכטן פונעם פאָלק.

חברים ארבעטעה! מיר וועלן נישט מער דערלויבן אז מ'זאָ? אזוי אָפּחוזקן פונעם רו­סישן פאָלק. מיר וועלן זיך אויפהויבן כדי צו באשיצן אונדזער פרייהייט, מיר ועלן בא­קעמפן אלע די וועלכע וועלן אָפּלענקען דעם צאָרן פונעם פאלק פון אונדזער אמתן שונא...

די פּראָקלאמאציע ,,1 מיי" אלז געשריבן געוואָרן פון לענינען אין גענעווא אין ארויטגעגעבן אונטער דער חמימה'כונעם ביוראָ פון די קאָמיטעטן פון דער מאיאָרי­טעט און דער רעדאקציע ,,וופּעריאָד".

י. וו. סטאלין

דדטער מאי

דריי יאר זענען פארביי זייט די גיריקע בור­זשואזיע פון די לענדער אין קריג האָט אריינ­געשלעפּט די וועלט אין א בלוטיקע שחיטה.

שוין דריי יאָר זייט די ארבעטער פון אלע לענהער, נעכטן פֿאֶך געטרייע ברידער, און היינט אָנגעטאָן אין מיליטערישע שינעלן, שטייען איינער אקעגן דעם אנדערן אלס שונ­איום פארקריפּלענדיוק און הרגענעדיק איינער דעם אנדערן, בעת די שונאים פונעם פּראָלע­טאריאט פרייען זיך.

דאָס. צעשטערן מאסנהאפט די לעבעדיקע כוחות פון די פעלקער, דאָס מאסנהאפטע רו­אינירן און פאראָרעמען אין מאסן, בליענדיקע שטעט און דערפער פארוואנדלטע אין חורבות, הונגער און פארווילדעטקייט אין מאסן-- און דאס אלץ כדי א בינט? געקרוינטע און נישט געקרוינטע רויבער, זאָלן פארכאפּן פרעמדע ערד און זאָלן רעאליזירן פאנטאסטישע פּראָ­פיטן-- אָט וווהין ס'פירט דער איצטיקער קריג.

און די וועלט האָט אָנגעהויבן הערשטיקט צו ווערן אונטערן דרוק פון דער מלחמה...

די פעלקער פון אייראָפּע פילן אז זיי ווער דערשטיקט און הייבן אַן אויפצוהייבן דעם קאָפּ

עי יי יי יי יי יו יו יי וו יי יי

.די ארבעטער האָבן אויסגעקליבן דעם טאָג פונעם ערשטג מאי, ווען די נאטור דערוואכט פון איר ווינטער­שלאָף, די וועלדער און בערג באקליידן זיך מיט-גרינס, רי פעלדער און לאָנקעס בארעקן זיך מיט בלומען, די זון הויבט אָן צו ווארעמען שטארקער, ווען אין דער לופט פילט. זיך די פרייד פון באנייונג, און די נאטור צערטלט זיך אין שפּילן און טריומפירט. זי האָבן באשלאָסן טאקע דעם ראָזיקן טאָג צו מעלדן מיט אנטשלאָסנקייט דער. גאנצער וועלט, אז די ארבעטער ברענגען דער וועלט דעם פרילינג און באפרייונג פון די קייטן פונעם קאפּיטאליזם,. אז די ארבעטער זענען גערופן צו באנייען די וועלט אויף די יסודות פון פרייהייט

און סאָציאליזם".

וועלכן ער ווייזט אָן אויף דעם הייליקן חוב פון יעדן אָרנטלעכן מענטש מיטצוהעלפן אינעם קאמף פאר שלום און בייצוטראָגן צו דעם בוי פון סאָציאליזם אין אונדזער היימלאנד, די רומענישע פאָלקסדרעפּובליק. חבר דובאָוויס ווייזט אויך אַ} אויף די דערגרייכונגען פון אונדזער פאָלקס-דעמאָקראטישן רעזשים, אויף דער וויכטיקייט צו פארשטארקן דעם דערפאָלג פון דער געלט-רעפאָרם, װאָס איז דורכגעפירט געוואָרן פון דער פּארטיי און דער רעגירונג. באזונדערס שטעלט זיך אָפּ דער רעדנער אויף די שמוציקע פארהאנחלונגען װאָס די ב|-גוריון­רעגירונג פירט מיט דער פאשיסטישער רעני­רונג פון באָן, און רוֹפט די אָרנטלעכע יידישע ארבעט-ימענטשן זאָלן מיט דער גאנצער ענער­גיע פּראָטעסטירן קעגן די דאָזיקע שרעקל?עכע פארהאנדלונגען.

די ווערטער פונעם חכר דובאָוויס ווערן פאר­שטארקט דורך די פּאָעזיעס'אלקעס" און וא װאָרענונג די פּטרעטפריײ װאָס דער דיכטער שפּיגלבלאט האָט געלייענט, אין וועלכע ער שטעלט צום שאנדיסלופּ די פארעטער, װאָס האנדעלן מיט די נעאָ-נאציסטן פון מערב­דייטשלאנד.

דער דיכטער יידעלע וויידענפעלד האָט דורך זיין פּאֶעם, בע?אָיאניס" ארויסגערופן צאָרן, ביי דעם אָנוועזנדיקן עולם, קעגן די מאָנארכאָ­פאשיסטן פון גריכנלאנד, וועלכע האָבן דער­הרגעט דעם מוטיקן קעמפער, דעם העלדישן זון פונעם גריכישן פאלק ניקאָס בעלאיאניס. דער דיכטער ווייזט אַן אז די גריכישע פאשיסטן האָבן אויסגעפירט דעם כאפע? פון זייערע אמץע­ריקאנער באלעבאטים--- די אמתדיקע הערשער

. װ. סטאלין

| פונעם פאָלקס"כאָר"איקוף"

אין גריכנלאנר. דער דיכטער איז אָבער בא­וווסט, אז בעלאיאניס?עבט און וועט לעבן שטענדיק אין די הערצער פון די קעמפער פאר גערעכטיקייט, און שלום פון דער גאָרער וועלט, ער פארענדיקט זיין פּאָעם מיט די ווערטער;: אין גריכגלאנר געשאָטו, לעבט נאָך בעלאָיאניס.

די סאליסטן פונעם פאָלקס-כאָר ,איקוףט" פון בוקארעשט, ניורא שלאג און מילא הערש­קאוויטש, אקאָמפּאנירט ביים קלאוויר פון דער חברטע שטעפאניא נעסטאָר, האָבן מיט זייער זינגען באגייסטערט דעם אָנוועזנדיקן עולם. באזונדערס ווארעם האָט דאָס. פּובליקום אויפ­גענומען די מאסן-לידער, וי ,סאלוט רעפּוב­ליטשי"? פון סעקולעץ, ,נייע נאָרמעס" פון ריינינגער, ,,הימן פון די שלוםיפּארטיזאנער" פון שווארצמאן, געזונגען פונעם חבר מילאָ הערשקאוויטש, וי אויך די ווונדערבארע סאָ­וועטישע און יידישע פאָלקס-ילידער ווי צום בױישפּיל: ,לייג איך מיר מיין קעפּעלע", ,סא­ראטאָוו", ,בא א גל?עז? טיי" א. א. געזונגען פון דער חברטע ניורא שלאג.

די גרופּע שרייבער און סאָליסטן האָט אויך אויסגעפירט דעם זעלבן פּראָגראם אין די שטעט גאלאץ און בראילא.

אין ראמען פון פארברידערונג פונעם רו­מענישן פאלק מיט די מיטלעבנדיקע נאציאָנא­ליטעטן, האָבן שרייבער פון די אָרטיקע צע­נאקלען אָנטיילגענומען אין די אוונטן. אזוי למשל, האָט אין דער שטאָט פאקשאן געלייענט דער חבר וואסילע מאנאָלעסקו זיינע פּאָעזיעס לא אראט"(ביים אקערן") און ,קארטעא" (דאָס בוך); אין נאלאץ האָט דער מאטראָז זשיקאָ וואסילע, געלייענט זיין פּאֶעזיע ,קאַָ­

קעגן דער קריגערישער בורזשואזיע.

די רוסישע רעוואָלוציע איז די װאָס מאכט צום ערשטן מאָ?ל א שפּאלט אין דער מויער וועלכע צעשיידט די ארבעטער איינעם פונעם אנדערן. אין א מאמענט פון אלגעמיינעם ,פּאטריאָטישן" שיכרות, פּראָקלאמירן די רוסישע ארבֿעטער, די ערשטע, די פארגעסענע לאָזונג, ,פּראלעטאריער פון אלע לענדער פארייניקט אייך!" דער דונער פון דער רוסישער רעוואָלוציע דערוועקט פון הינערפּלעט אויך די ארבעטער פון מערב. שטרייקן און דעמאָנסטראציעס אין דייטשלאנה, מאניפעסטאציעס אין עסטרייך און בולגאריע, שטרייקן און מיטינגען אין די נייטראלע לענ­דער; ראנגלענישן ואס פארשטארקן זיך אלץ אין ענגלאנד און פראנקרייך; די פארברידע­רונג אין מאסן אויף די פֿראָגטן--- דאָס זענען די ערשטע שוועלבעלעך פון דער וואקסנדיקער סאָציאליסטישער רעוואָלוציע.

און אונדזער היינטיקער יוםיטוב, דער יום­טוב פון 1יטן מאי, איז דען נישט א צייכן אז אין די שטראָמען פון בל?וט שמידן זיך אויס נייע ברידערלעכע פארבינדונגען צווישן די פעלקער?

פאר ד! קאפּֿיטאליסטישע היענעס.= פאר­שווינדט דער באָדן פון אונטער די פיס. איבער אײיראָפּע פלאטערט ווידער די רויטע פאָן פֿון דעם אינטערנאציאָנאל.

זאָל דער היינטיקער טאָג, דער טאָג פון ערשטן מאי, ווען די הונדערטער טויזנטער ארבעטער פון פּעטראָגראד שטרעקן אויס ברי­דערלעך די האנט צו די ארבעטער פון דער גאנצער וועלט, באדייטן די גאראנטיע פאר דער געבורט פון א נייען רעוואָלוציאָנערן אינ­טערנאציאָנאל?!. זאָל די לאָזונג ,פּראָלעטאריער פון אלע לענדער פארייניקט אייך" וועל?כע האָט היינט אָפּגעקלונגען אויף די פּלעצער פוֹן פּעטראָגראד, ארומנעמען די וועלט און זאָל פארייניקן די ארבעטער פון אלע לענדער אין קאמף פאר סאָציאליזם!

איבער די קעפּ פון די קאפּיטאליסטישע היע­נעס, איבער די קעפּ פון זייערע רעגירונגען פון רויבער, זאָלן מיר אויסשטרעקן די האנט צו די ארבעטער פון אלע לענדער און אויסרופן:

זאל לעבן דער ערשטער מאי!"

,זאָל לעבן די פארברידערונג פון די פעל­קער!"

,זאָל לעבן די סאָציאליסטישע רעוואָלוציע!" ,,פראוודא"' נר. 35 כּון 18 אפריל 1917.

אין טורנע

רייא קארע לופּטע(קאָרייע ואס קעמפט). ס'האָבן אויך אָנטיילגענומען סאָליסטן פון די אָרטיקע קולטורעלע סעקציעס פונעם ,איקוףט" אָדער פון יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט: אין פאקשאן די חברטע יאָהאן הענריעטא, וועלכע האָט געזונגען ,,צוויי קווארטאלן" פון סעגאלאָוויטש, אין בראילא די חברטע בער­קאָוויטש פאני מיטן ליד ,ביראָבידזשאנער וויגליד". פון סעקולעץ. אין גאלאץ האָט דער כאָר פונעם אָרטיקן ,,איקוף" אויסגעפירט א פּראָגראם פון רומענישע און יידישע לידער. די גרופּע שרייבער און סאָליסטן האָט באקומען די הילף פוז די ארטיקע יידישע דעמאָקראטישע קאמיטעטן. באזונדערס מוז מען אונטערשטרייכן די הילף פונעם בראילער יידישן דעמאָקראטישן קאמיטעט וועלכער האָט זיך אויסגעצייכנט אין דער אָרגאניזאטאָרישער און מאָביליזאטאָרישער ארבעט. מ'מוז אָבער אויך אונטערשטרייכן אז דער פאָקשאנער יידישער דעמאָקראטישער קאָ­מיטעט האָט נישט געגעבן די געהעריקע הילף און האָט נישט קאָנטראָלירט די צוגרייטונגען צום אָוונט.

די באגעגעניש פוז די יידישע שרייבער מיט די יידישע לייענער האָט, וי תמיד, געהאט דעם געווונטשטן דערפאָלג. די שרייבער האָבן זיך נענטער באקענט מיט די שטרעבונגען פון די יידישע ארבעטנדיקע מאסן. דאָס איז א פּאָזיטיווע הילף וועלכע זיי באקומען פונעם שרייבער"פארבאנד פון דער ר. פ. ר. וועלבע האָט, איניינעם מיטן ,איקוף",. אָרגאניזירט דעם דאָזיקן טורנע.

. אלעקסאנדער