Jahrgang 
185 (1952) נר. 185 7-טער יאָרגנג
Seite
2
Einzelbild herunterladen

זוֹים 2 'ּ- ­

,איקופיבלעטער"

נר, 189

מיר פארורטיילן דעם פארכרעכערישן ציוניסטישינאציסטישן האנדל! עפנטלעכע פארזאמלונגען ארגאניזירטע פונעם יידישן דעמאקראטישן קאמיטעט

די פארזאמלונג פון אָרארעא

אויך אין אָראדעא איז פאָרגעקומען, דעם 1גיטן מאי, א פּראָטעסטיפארזאמלונג. הונדער­טער אָרטיקע יידישע ארבעט-ימענטשן האָבן זיך פארזאמלט אינעם פעסטיזאל פונעם שטאָ­טישן פאָלקסיראט צו פּראָטעסטירן קעגן די פארברעכערישע פארהאנדלונגען צווישן בןז גורין און אדענאוער. יעדער אָנוועזנדער אר­בעט-מענטש איז פו? געווען מיט האס קעגן די ציוניסטישע רעגירער.

בעפאָר די פארזאמלונג האָט זיך געעפנט האָט מען געקענט זען דיסקוטירן חברים. אין א ווינק? פונעם זא? האָט בראון ניקאָליי, פאראנטוואָטלעכער פונעם רעסטאוראן ,50 דעצעמבער", דערציילט וועגן די צרות און פּױין װאָס ער האָט געליטן פון די פאשיסטן. עס זעט זיך נאֶך קל?אר דער נומער וװאָס די עסיעסן האָבן אויסגעברענט מיט א פייערדיק אייזן אויף זיין האנט: 12800". ,19 מיט­גלידער פון מיין משפּחה זענען פארברענט גע­װאָרן אין די גאזדאויוונס. וואָלט איך געקענט פארגעסן די דאָזיקע גרויזאמקייטן?--- האט געזאָגט חבר בראון-- איז מעגלעך אז איך זאָל נישט אויפהויבן מיין פּראָטעסט-שטימע קעגן די ציוניסטן װאָס פארהאנדלען מיט די מערדער פון מיין משפּחה, כדי ווידעראמאָל צו אָרגאניזירן אזעלכע פארברעכנס?"

מען האָט געקענט הערן פי? אזעלכע ריס" קוסיעס.

די פארזאמלונג איז דערעפנט געוואָרן פון נ. זאלצבערגער, סעקרעטאר פון יידישן דעטאָ­קראטישן קאָמיטעט, רעגיאָנאלע ביהאָר. נאָם­דעם האָט גערעדט גוטמאן יאקאב, ארבעט­שלאָגלער אין דער שיךיפאבריק ,דאָבראָ­דזשעאנו גערעא":

איך בין געווען דעפּאָרטירט אינעם לאגער מאטהאוזען. 17 טויזנט מענטשן זענען מיר גע­ווען. טעגלעך זענען אומגעבראכט געוואָרן 800 מענטשן. דאָרט זענען אומגעקומען מיין מאמע און דריי ברידער. איצט לעב איך א ניי, פריי לעבן. איך כבין ארבעט-שלאָנלער און שטייג איבער די נאָרמע מיט 100פּראָ­צענט. מיינער א ברודער איז א סטאכאנאוויסט אין דער פאבריק ,סאָ?ידאריטאטעא" אוז

אן אנדערער, געוועזענער ארבעטער, איז געז װאָון סעקציע-שעף. איך ווייס אז די פארהאנר­לונגען צווישן די ציוניסטן און די פאשיסטן זענען געווענדט קעגן אונדזער פרידלעכער אר­בעט, קעגן אונדזער לעבן. דערפאר רעכן איך, אז ס'איז דער חוב פון יעדן אָרנטלעכן ייר צו פּראָטעסטירן קעגן דער נידריקער האנרלונג פון די ציוניסטישע רעגירער".

עס האָבן נאך גִערעדט אין דאָזיקן זין, די הויז-ווירטין בלאז ראזאליא, פון א. אי. ווי­שינסקייגאס נר. 88; דער יונגער ארבעטער שט. ווייס פונעם קאָפּעראטיוו ,,קאָאָטעקס".

נאָכדעם האָט גענומען ס'װאָרט חבר י. באז קאל, מיטגליד אין ביוראָ פון יידישן דעמאָקרא­טישן קאָמיטעט--- צענטראל-קאָמיטעט, אונ­טערשטרייכנדיק אז די פארהאנדלונגען פון דוי ישרא?-רעגירער מיט די פאשיסטן פון באָן האָבן נאָכאמאָ? באוויזן אז בן-גוריון איז א משרת פונעם אמעריקאנער אימפּעריאליזם.

צווישן אנדערעס האָט חבר באקאל געזאָגט: ,דאָס געוויסן פון יעדן אָרנטלעכן מענטשן איז דערשיטערט, געווויר-ווערנדיק וועגן די דאָזיקע פארברעכערישע פארהאנדלונגען. ווי­אזוי וועט בן-גוריון אָפּשׁאצן די ווערט פון א געהרגעטן מענטש דורך די היטלעריסטן? לויט

די ווערט פון דער זייף וװאָס מ'האָט פון.אים געמאכט, אדער. לייט די ווערט פונעם אבאזשור ואס מען גע­

מאכט פון זיין הויט? די ציוניסטישע רעגירער װאָס פארהאנדלען מיט די פאשיסטן, האָבן קיין שום געמיינזאמס מִיט די ארנטלעכע יידן."

דער רעדנער האָט געענריקט מיט די ווערטער, אז אלע מענטשן פאר וועלכע דער שלום איז טייער, פּראָטעסטירן קעגן די ציוניסטיש-נאז ציסטישע פארברעכער."

נאָכדעם האָט מען געלייענט דעם פּראָטעסט פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט קעגן די פארהאנדלונגען פון בן-גוריון און אדע­נאוער, אלע אָנוועזנדיקע האָבן זיך איינגעאייגנט דעם פּראָטעסט, אויסדריקנדיק זייער ווילן צו קעמפן מיט נאָך מער ע?אן קעגן דער דאָזיקער נידערטרעכטיקייט פון דער ציוניסטישער קליקע.

די פארזאמלונג פון פּלאֶָעשט

זונטיק דעם גגיטן מאי ד. י. האָט דער יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט פון דער רענ!אנאלע פּראכאווא, ארגאניזירט אין זאל פונעם מלוכה-טעאטער פון פּלאֶעשט, א פּראָ­טעסט-פארזאמלונג קעגן די געמיינע פארהאנרז לונגען צווישן דער פארעטערישער קליקע פון תלדאביב און דער מאריאָנעטן-רעגירונג פון באָן.

עס האָבן גענומען פ'װואָרט יידישע ארבעט-י מענטשן וי ייד? סעגאל, וועבער-מייסטער פון דער שטאָףיפאבריק, דאָראָבאנצו?"; גיזעלא וואסערמאן, פּרעזידענטין פֿון באלטעלאכישן קאָאָפּעראטיוו ,,פ8ֿ-טער מאי" און ראָזענטא? בעז בע, ארבעטער אין קאָאָפּעראטיוו ,אינפרע­צירעא".

עדער איינער פון די רעדנער האט אונטער­געשטראָכן זיין אומבאגרענעצטע שנאה לגבי די אמעריקאנער און ענגלישע אימפּעריאליסטן וועלכע ווילן פארטושן מיט געלט, דורך זייערע משרתים בן-גוריון און אדענאוער, די פאר­ברעכנס פון די היטלעחיסטן.

צווישן די רעדנער וועלכע האָבן דערמאנט די געטאָס, אוישוויץ, האָט אויך גערעדט דער יונגער ארבעטער בעבע ראָזענטאל:

/מיט דער דאָזיקער געלעגנחהייט ווי? איך רעדן וועגן גליקלעכן לעבן וואָם איך לעב אין מיין היימלאנד, די רומענישע פאָלקם-רעפּובליק, וועגן דער גליקלעכער צוקונפט וואָס די פּארטיי און רעגירונג פארזיכערט אונדז. און פון דאָזיקן גליקלעכן לעבן פּרווון די ציוניסטישע אגענטן אונדז אָפּװוענדן כדי צו פירן אונדז קיין ישראל, ווו מיר זאָלן זיין משרתים ביי דער יידישער בורזשואזיע. מיר פארגעסן אָבער נישט אוי­שוויץ, מיידאנעק אוֹן אויך נישט דאָס אז די קליקע פון ת?-אביב פירט אונטערהאנדלונגען מיט די געאָ-פאשיסטן פון באָן. מיר וועלן נישט פארגעסן די צוזאמענארבעט צווישן די ציוניסטן און היט?לעריסטן. וועגן דעם, אין נאָמען פון די אָרנטלעכע יידישע יוגנטלעכע פון דער רעגיאָנאלע פּראכאווא, פּראָטעסטיר {איך מיט צאָרן קעגן די פארברעכערישע אונטער­האנדלונגען, און פאָדער זיי תיכף אָפּצושטעלן.

נאָכדעם וי עס האָט גערעדט חבר סאנדו­לעסקו קאָנסטאנטין, דער פּריםיפּראָקוראָר פו­

נעם פּראכאָווער געריכט און פּרעזידענט פון קאמף פאר שלום, האָט גענומען דאָס װאָרט חבר פֹּאו? איסקאוויטש,' מיטגליד אין ביוראָ פונעם צענטראלדקאמיטעט פונעם יידישן דעמאָ קראטישן קאָמיטעט, וועלכער האָט זיך אָפּגע­שטעלט אויף די פֿליכטן וואָס ס"האָב| די יידי­שע ארבעטימענטשן בנוגע אומדערמידלעך צו דעמאסקירן די געמיינע אונטערהאנדלונגען צווישן בן-גוריון און דעם קאנצלאר פון באָן;

,,אומעטום אין אלע לענדער, זאָגן זיך ארויס די ארנטלעכע מענטשן מיטן גאצן כוח קעגן דעם ציוניסטיש-היטלעריסטישן מסחר. די אָרנטלעכע יידן, אלע די יעניקע ואס ווילן אויפריכטיק דעם שלום, קענען נישט אנדערש וי נאָר אויסדריקן זייער ריזיקן רעוואָלט קעגן דער מאָנסטרועזער אקציע פון די ציוניסטישע רעגירער וועלכע פּרוװוון צו ,רעהאביליטירן" די נאציסטישע פארברעכער."

צום סוף האָט גערעדט חכר יעקב װיינשטאָק, סעקרעטאר פונעם יידישן דעמאקראטישן קאה מיטעט רעגיאָנאלע פּראכאווא, וועלכער האָט צווישן אנדערעס אָנגעוויזן אז אין משך פון דער פארזאמלונג האָט ער דערהאלטן צוויי בריוו פון צוויי אָנוועזנדיקע אינעם זאל: פאָגעל איזידאָר, וועבער פון דער פאבריק ,דאָראָבאנ­צול" וועלכער לייגט זיין חתימה צום דאָזיקן פּראָטעסט דורך פארציכטן פון צו פאָרן קיין ישראל--- וויי? ער וויל נישט שטיין אקסל ביי אקס? מיט די מערדער פון זיינע עלטערן, און א בריוו פון חבר לופּו יוסף פון פּלאֶעשט, מיכאי בראווו-נאס נר. 88, וועלכער האָט אוֹי­אויסגעדריקט זיין צושטימונג צום פּראָטעסט דערקלערנדיק זיין פארציכֿטן פון צו פאָרן קיין ישראל.:

נאָכדעם האָט חבר וויינשטאָק געלייענט דעם פּראָטעסט פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמו­טעט קעגן די געמיינע פארהאנדלונגען פון ב|ן­גוריון-אדענאוער. יֶּ

דער עולם האָט זיך איינגעאייגנט דעם פּראָ­טעסט, ארויסווייזנדיק זייער אנטשלאָסענעם ווילן צו ווערן אקטיווע קעמפער פאר שלום.

די פארזאמלונג פון בערלאר

דער יידישער דעמאָקראטישער קאמיטעט רעניאָנאלע בערלאח, האָט אָרגאניזירט דעם 1גיטן מאי ד. י. אינעם זא??. וול?אכוצא"

פון בערלאר, א פּראטעסט-פארזאמלונג וו עס}

האָבן זיך כאטייליקט אן ערך 700 יידישע אר­בעטימענטשן, צו פּראָטעסטירן קעגן די גע­מיינע פארהאנדלונגען פון דער בן-גוריון-רעגי­רונג מיט דער נעאָ-נאצישער ארענאוער-דרעגי­רונג, וועגן ,,אנטשעדיקונגען" פאר די 0 מי­ליאן יידישע קרבנות, געפאלענע דורך דעם היטלעריזם.

עס האָבן גענומען דאָס װאָרט: דער ארכעטער חיים וואָלף פון דער קאָנפעקציע-פאבריק ,פּראָ­לעטארו? ראשו"; די אלמנה טשיורארו אנע­טא; חבר רובין שולימזאָן, שעף-רעדאקטאָר פון דער צייטונג ,,סטעאגול רֹאָשו".

עס האָט גערערט חבר קאזאקו ניקאָלײייע, פאָרזיצער פונעם רעגיאָנאלן קאָמיטעט פון קאמף פאר שלום. צווישן אנדערעס האָט חבר קאזאקו געזאָגט:

,די געשיכטע האָט געשטעלט דער באווע­גונג פון די שלום-פּארטיזאנער די אויפגאבע פון אן אלוועלטלעכן באדייט: צו פארמיידן א דריטע וועלט-מלחמה, איינצוהיטן און צו פאר­פעסטיקן דעם שלום. די אימפּעריאליסטן גרייטן אָבער צו פארברעכעריש א דריטע וועלט-שחיטה. וועגן דעם צוועק זוכן זיי ווידעראויפצולעבן די נאצישע ארמיי בראש מיט די היטלעריגעה נעראלן גודעריאן, שפּייד? א. א. וועלכע שפּאָ­צירן היינט אויף ד! גאסן פון פּאריז, און אי מעריקע און אפילו אין ישראל. אזוי ארום זוכן די שפּיאָנען פונעם סאָרט טיטאָ און די מער­דער פון ניקאָס בעלאיאניס, אויסצופירן זייער געמיינעם ראָ? וװאָס עס האָבן זיי צוגעטיילט די אמעריקאנער באלעבאטים. אקעגן די אלע נידערטרעכטיקייטן שטעלן זיך אקעגן די איבער 60 מיליאָן מענטשן וועלכע האָבן געחתמעט דעם אפּע? פון א שלוםיפּאקט."

נאָכדעם האָט גענומען דאָס װאָרט חבר יִש­ראל בערקאָוויטש, מיטגליד אין יידישן דעמאָ­קראטישן קאמיטעט-- צענטראל-קאָמיטעט, וועלכער האָט אָנגעוויזן אויף דעם וויכטיקן פּלאץ וואָס עס פארנעמט די מדינת ישראל אין די מלחמח-צוגרייטונגען פון די אמעריקאניש­ענגלישע אימפּעריאליסטן. צווישן אנדערעס האָט חבר בערקאָוויטש געזאָגט:

,די דאָזיקע נידערטרעכטיקע אקציע פון די ציוניסטישע פארעטער האָבן דערוועקט שנאה און מיליאָנען אָרנטלעכע מענטשן פון דער גאָ­רער וועלט. עס האָבן אויפגעהויבן זייער שטימע פול מיט צאָרן די אלע וועלכע האָבן איבער­

די פארזאמלונג

דער יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט פין טעקוטש האָט אָרגאניזירט, זונטיק דעם 4-טן מאו, א פאָלקסיפארזאמלונג אין קולטור-הויז חיה?יפשיץ", ביי וועלכער די יידישע באז פעלקערונג פון טעקוטש. האָט פּראָטעסטירט קעגן דו פֿארברעכערישע פארהאנדלונגען פון דער בן-גוריון-רעגירונג מיט די נאציסטן פון באָן.

דער חבר שטאָפּלער מארטשעק, האָט דער­עפנט די פארזאמלונג און האָט אָנגעוויזן אויפ! חום פון יעדן ארנטלעכן יידישן בירגער צו פּראָטעסטירן קעגן'י דאָזיקע פארהאנדלונגען.

ס'האָט נאָך גענומען דאָס װאָרט דער חבר וואלעריו גרינבערג, וועלכער האָט אויסגעדריקט זיין אנטשלאָסנקייט צו קעמפן קעגן די קריגס­העצער און זייערע משרתים,

ם'האָט נאָך גענומען דאָס וװואָרט די חברטע

געלעבט די נאציסטישע לאגערן; עס הערט זיך די שטימע פון די אלע וועלכע האָבן געזען וי זייערע עלטערן און ברידער, שוועסטער און קינדער זענען דערשאָסן געוואָרן אָדער פאר­ברענט געוואָרן לעבעדיקערהייט דורך די היט­לעריסטישע בעסטיעס"

דער רעדנער האָט געענדיקט מִיט די ווער­טער:

,די ארבעטנדיקע יידישע באפעלקערונג פון אונדזער היימלאנד האָט אויסגעדריקט דורך אומצאָליקע פּראָטעסט-בריוו, דורך זייער בא­טייליקן זיך ביי אלע מאניפעסטאציעס אין ראמען פון קאמף פאר שלום, זייער טיפע שנאה לגבי די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן און זיי­ערע משרתים וי טיטאָ, בן-גוריון, פראנקא און אנדערע; דורכן באטייליקן זיך מיט בא­גייסטערונג אינעם דערהויבענעם ווערק פון בויען דעם סאָציאליזם אין אונדזער טייער הוימלאנד, די רומענישע פאָלקס-רעפּובליק./

חפר א. אבראטאוויטש האָט נאָכדעם געלייענט דעם פּראָטעסט פונעם יידישן דעמאָ­קראטישן קאָמיטעט.

צום שלוס האָט גערעדט חבר ח. נאָלדשטיין, סעקרעטאר פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמי­טעט-בערלאד וועלכער האָט דערציילט וועגן די גרויזאמקייטן פון א לאגער אין טראנסניסטריע װאָס ער אליין האָט איבערגעלעכט. ,אויך אין אונדזער געגנט--- האָט חבר גאָלדשטיין גע­זאָגט--- געפינען זיך צענער טויזנטער שטיק­לעך זייף וואָס זענען פֿאבריצירט געוװואָרן פוז די קערפּער פון אונדזערע מאמעס, קינדער, ברי­דער און עלטערן. ס'איז דער חוב פון יעדן אָרנטלעכן ארבעטימענטש פון אונדזער שטאָט צו קעמפן קעגן די מלחמה-יהעצער אונטער סיי וועלכער מאסקע זיי באהאלטן זיך,--­אזוי ארום העלפן מיר פארשטארקן דעם?אה גער פון שלום, אין וועמענס שפּיץ עס שטייט דער מעכטיקער סאָוועטן-פארבאנד, אָנגעפירט פונעם גענילאן פאָנען-טרעגער פון שלום, דער גרויסער סטאלין. /?

די פּראָטעסט-פארזאמלונג האָט זיך געענ­דיקט אין א פלאמענדיקער שטימונג מיט הת­חייבותן לגבי דעם צענטראל-קאָמיטעט פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאמיטעט צו קעמפן אומדערמיד?עך אקעגן די דאָזיקע נידערטרעב­טיקייטן, ניט צו שוינען קיין מי, בייצושטייערז אונטער דער אָנפירונג פון אונדזער?יבער פּארטוי און דעם טייערן חבר געאָרגיו-דעזיט, צום גרויסן קאמף פון פארטיידיקן דעם שֹלום, צום אויפבוי פונעם סאָציאליזם אין אונדזער טייער היים די ר. פ. ר.

פון טעקוטש

עריקא מיכוילאָוויטש. מצד דעם אָרטיקן קאָ­מיטעט פון קאמף פאר שלום, האָט גענומען דאס װאָרט דער חבר פּראָקוראָר גריגאָרעסקו יאָן.

צום סוף האָט גערעדט דער חבר שטעפאן

סאָלאָמאָן, מצד דעם צענטראל-קאָמיטעט פוה.

נעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט. דער רעדנער האָט אָנגעוויזן אויף דעם יסוד פוֹן די פארהאנדלונגען פון דער בן-גוריון-רעגירונג מיט די פאשיסטן פון באָן. דער צוועק פון די פאר­האנדלונגען, האָט געזאָגט דער רעדנער, איז ריינצווואשן די מערדער און זיי אריינצונעמען איז זויער אגרעפווון בלאָק.

די פארזאמלונג האָט זיך פארענדיקט מיט א רייכן קינסטלערישן פּראָגראם אויסגעפירט פון אן ארטיסטישער עקיפּע פונעם יידישן דע­מאָקראטישן קאָמיטעט און פון אָרטיקן לו­צעום.

דער יידישער מלוכה-טעאטער פון בוקארעשט אין טורנע

מיט דער פּיעסע

.אויסלייטערובג". פוז פאל איסאק

און דעם ספּעקטאק? מיט געזאנג און טענץ

.-דאס פאלק זינגטי'

דאָנערשטיק 5 ויוני-- ואס פרייטיק 6 2= יאס שבת 7 2= יאס זונטיק 8 2= יאס

מאָנטיק 9 יוני-- פּאשקאן דינסטיק 10 /*-- פעלטיטשען מיטװאָך 11=*-- דאָראָהוֹי דאָנערשטיק 19/||-- באָטאָשאן

יי א