Jahrgang 
190 (1952) נר. 190 7-טער יאָרגנג
Seite
2
Einzelbild herunterladen

זייט 2

איקוף-בלעטער"

צווישנרעגיאנאלע זיצונג פון פאראנטווארטלעכע פאר אגיטאציע. די אויסשטעלונג

און פּראפאגאנדע ביי די יידישע דעמאקראטישע קאמיטעטן:|

סוטשעאווא. באקוי און ראדעוויץ

מיטן צוועק צו פארבעסערן די ארבעט האָט דער צ. ק. פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָ­מיטעט, צונויפגערופן א זיצונג פון אלע פאר­אנטואָרטלעכע פון די אויבנדערמאנטע צוויי רעניאָנען, וועלכע פירן אָן די ארבעט מיט די קאָלעקטיוון וואָס אויף זיי פאלט די הױיפּט­אויפגאבע, אריינצוברענגען דאָס פּראָגרעסיווע װאָרט און דאָס װאָרט פון דער פֿארטיי צווישן די ברייטע. יידישע מאסן.

די זיצונג איז פאָרגעקומען דעם 28-טן און 9טן יוני, צו וועלכער עס זענען געקומען פארטרעטער פון 10. שטעט. מצד דעם צ. ק. האָבן אָנגעפירט די זיצונג די חברים פּ. איס­קאָוויטש, ד. שערער און נאָע.

אין ראמען פונעם פּראָגראם, האָבן די חבחים דעלעגאטן בייגעוווינט-א זיצונג פונעם ראדע­וויצער קאָלעקטיוו, ווו די חברים האָבן באריב­טעט, וי אזוי זיי האָבן דערפולט זייערע הת­חייבותן, וועלכע זיי האָבן באקומען פון דער לעצטער זיצונג, פונעם פֿיטן יוני. די באריכט­געבער האָבן דערנאָך. געענטפערט אויף פאר­שידענע פראגן.

עס האָבן געפאָלגט די ראפּאָרטן פון עטלעכע שטעט, ביי וועלכע מען האָט געקאָנט מערקן אן אויפמערקזאם צוהערן זיך, און א לעבהאפ­טיק נאָטירן, כְדי זיך צוצוגרייטן צו פראגן אוֹן דיסקוסיעס. { אין אָוונט פוּנעם 98יטן יוני איז פאָרגעז קומען א מאניפעסטאציע אָרגאניזירט פונעם היגן יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט,?ווו די חברים האָבן געהאט געלעגנהייט צו זען, וי אזוי סע ווערן מאָביליזרט די מאסן צו די מא­ניפעסטאציעס און וויאזוי דער ,איקוף" גרייט צו דעם ארטיסטישן טייל.

ביי דער דאָזיקער מאניפעסטאציע האָט דער חבר יאָס? קאץ, סעקרעטאר פונעם שטאָט-ראט גערעדט איבער דער טעמע: ,ישרא? און די אגרעסיווע פּלענער פונעם אמעריקאנישן אימ­פּעריאליזם". דער פּראָגראם. פונעם צווייטן טאָג איז כאשטאנען פון א פּלענארע מיטן גאנצן אקטיוו פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמי­טעט און ,איקוף", ביי וועלכער דער חבר קליין ווענקערט האָט געהאלטן א פּאָליטישע איבער­

זיכט באנוצנדיק דעם דאָקומענטיר-מאטעריא?, וואָס ווערט צוגעשיקט פונעם צ. ק. יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט. סהאָט געפאָלגט א דיסקוסיע ארום די פארשידענע טעמעס אין וועלכער סע האָבן זיך באטייליקט עטלעכע הברים.

א לעבֿהאפטע דיסקוסיע האָט זיך אנט­וויקלט איבער די אָפּגעגעבענע ראפּאָרטן, ביי וועלכע עס האָבן זיך באטייליקט אלע דעלע­גאטן, וי אויך א גרויסער טיי? פון די ראדע­וויצער אקטיוויסטן פונעם. אגיטאציע- און פּראָ­פּאגאנדע-קאָלעקטיוו. די חברים האָבן אונטער­געשטראָכן סיי די פּאָזיטיווע, סיי די נע­גאטיווע זייטן פון דער ארבעט פון יעדער שטאָט באזונדער, דערביי איז פון אלע אָנערקענט גע­װאָרן אז די קאָלעקטיוון פון ראדעוויץ, ראמאן, אין א געוויסן טייל אויך פּיאטרא-נעאַמץ און קימפּולונג האָבן גוט געארבעט. שוואףך גע­ארבעט האָט גוראדהומאָר, טערגוינעאמץ און סירעט. אחוץ א שוואכער קריטיק און אויטאָ­קריטיק פונעם ראדעוויצער באריכטגעבער, האט אט דער מארקסיסטישער וואָפן געפעלט ביי אלע אנדערע ראפּאָרטן.

אויך האָט זיך ארויסגעוויזן א קאָמפּלעטע דעזאָריענטאציע פון די חברים בנוגע דעם פאר­עפנטלעכן דאקומענטיר-מאטעריאל אין שייכות מיט דער שעדלעכער ארבעט און דעם רעכטן אָפּנױיג פון וואסילע לוקא, אנא פּאוקער און

טעאהארי דזשעאָררזשעסקו. ווייטער זענען קריטיקירט געוואָרן אייניקע בלויזן אין דער

ארבעט פון פארשפּרייטן אונדזער פּרעסע. צום שלום האָבן די חברים פונעם צ. ק. פונעם יירישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט געצויגן קאָנ­קלוזיעס און אָנגעוויזן אויף דער וויכטיקייט פֿון דער דאָזיקער זיצונג פון וועלכער די חברים האָבן איינער פונעם אנדערן געקאָנט א סך לערנען. אויסנוצנדיק די דערפארונגען וועלן זיי האבן די מעגלעכקייט צו פארבעסערן זיי­ער ארבעט אין איצטיקן אזוי וויכטיקן מאָ­מענט ווען עס פארשארפט זיך דער קלאסן­קאמף ביי אונדז אײַן לאנד.

די חברים פונעם צ. ק. האָבן אָנגעוויזן אויף דער פרוכטבאהער ארבעט פון ראדעוויץ, ווו

ס'איז פאראן א כאָר, אָרקעסטער און א דראמ­קרייז, אונטערשטרייכנדיק א אייניקע ארגא" ניזאציעס נוצן ניט אויס אין א געהעריקער מאָס, די שטיצע וװאָס די רעגירונג גיט דער יידיש-רעדנדיקער באפעלקערונג צו געניסן און צו אנטוויקלען די קולטור אויף איר מוטער­שפּראך.

די דאָזיקע בלויזן דארפן תיכף באזייטיקט ווערן דורכן צונויפשטעלן כאָרן, ארקעסטערן, דראמדקרייזן און סאָליסטן וועלכע זאָלן זינגען אָדער רעציטירן די שאפונגען פון אונדזער יידישע שרייבער און קאָמפּאָזיטארן ווי אויך די ווערק פון אונדזערע פּראָגרעסיווע קלאסיקער און די אוצרות פונעם יידישן פאָלקלאָר.

ס'איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן מיט וויפל פארשטענדעניש די יונגע חברים עריק ליקװאָר­ניק און סאָניא וואגנער האָבן פאָרגעטראָגן א װאָרענונג די פארעטער" און ,ליאלקעס", און דאָס גוטע אינטערפּרעטירן פון דער חברטע יעטי שטענצלער וועלכע האָט געזונגען דאָס ליד ,אנטש? דעם שניידערס דוינע" באגלייט אויפן קלאוויר פון דער חברטע ריבעו חבר שערער רעדט אויך וועגן דער אטמאָספערע וועל­כע האָט געהערשט אין זאל. דער באזוך פון 380 מענטשן, באווייזט אז די יידישע מאסן הערן זיך צו צו אונדזער װאָרט.

חבר איסקאוויטש האָט אין זיין שלוס-װאָרט אָנגעװויזן אז די ווארעמע אטמאָספערע ביי דער זיצונג, איז צו א גרויסן טיי? אויך צו פארדאנקען דער גרויסער זאָרג פון די רא" דעוויצער חברים בנוגע פארזאָרגן די חברים עס זאָ? זיי גאָרנישט פעלן ווֹי אויך די זאָרג פאר א שיין דעקאָרירטן זאל ווו די זי­צונגען זענען פאָרגעקומען, שליסנדיק מיטן

יאפּעל, אז די חברים זאָלן מיט ערנסט שטודירן

די פארעפנט?עכטע דאָקומענטן פון דעם צ. ק. פון דער רומענישער ארבעטעריפּארטיי װאָס װועט זיין א וועגווייזער אין זייער ארבעט כדי מיט אלע אונדזערע כוחות זאָלן מיר קאָנען צוהעלפן צוֹם גרויסץ ווערק, װואָס פירט אונדז צו א ליכטיקן מאָרגן, צום אויפבוי פונעם סאָ­ציאליזם ביי אונדז אין?אנד.

מיט פארייניקטע כוחות אין קאמף פאר סאציאליזם!

(סוף פֿון ייט ו) פיינטלעכע עלעמענטן פון דער אָנפירערשאפט פּונעם פינאנסיעלן-באנקיאפּאראט האָבן גע­שטערט דאָס דערפולן דעם אינוועסטיציע-פּלאן אויף 1991 אין דער קוילן-אינדוסטריע; די פארגרעסערונגען פונעם רוליר-יפאָנד זענען גע­געבן געװאָרן מיט גרויסער פארשפּעטיקונג די קוילן-אונטערנעמונגען וועלכע זענען אזוי ארום געשטערט געווען צו אנטוויקלען זייער טעטיקייט לויטן פּלאן; עס זענען אָפּגעשטעלט געוואָרן די { אינוועסטיציעס פֿאר די סאָציאל-קו?לטורעלע בא­דערפענישן פון די שאכטיאָרן, באזונדערס דאָס בויען וווינונגען; עם איז סאבאָטירט געװאָרן דאָס דערפולן די אָנווייזונגען פון דער פּארטיי בנוגע דעם אָרגאניזירן די אפּראָויזאציע און די. עפנטלעכע שפּייז-באזאָרגונג אין די מינען­צענטרען. די סטאכאנאוויסטישע שאכטיאָרן און שלאָג­לערס, די אינזשינערן און טעכניקער װואָס האָבן זיך באטייליקט ביי דער באראטונג, האָבן אין זייער וואָרט קריטיקירט די בלויזן פון אייניקע אָרגאנען פונעם מיניסטעריום פון פּעטראָ? און קוילן-אינדוסטריע, פונעם מיניסטעריום פון איז נערלעכן האנד? און פונעם געזונדהייטס-מוניס­טעריום. זיי האָבן אויפגענעמען. מיט פרייר חבר ג. געאָרגיו-דעזשס- דערקלערונג וועגן דֶעם אנסאמב? מאָסמיטלען וואָס זענען פאָר­געשלאָגן געװאָרן פון דער פּארטיי און פון דער רעגירונג פארן פארבעסערן דאָס אָרגאניזירן די ארבעט אין דער קוילן-אינדוסטריע, פארן ליקוויִדירן די פלוקטואציע בנוגע דער ארבעט, פארן ווערבירן און צוגרייטן נייע שאכטיאָרן­קאדרען און הייבן דעם מאטעריעלן און קולטו­רעלן לעבנס-ניוואָ פון די שאכטיאָרן. דער איצ­טיקער באלוינונגס-סיסטעם, אויף קאטעגאריעס וועט פארביטן ווערן אויף איינעם באזירט אויף פונקציעס, װאָס וועט האָבן א גרעסערן כוח צו סטומולירן די ארבעט פון די שאכטיאָרן און. זייער העלפן קוואליפוצירן נייע קאדרען. עס וועלן געבויט ווערן כסדר נייע וווינונגען, סאָציאל-קולטורעלע אינפטיטטוציעס, שִפּיטאלן, פּאָליקלוניקעס, דיספענסארן, שולן, קלובן, קיע­

שעס און קינדער-גערטנער.

דער עקפפּאָזע פונעם גענעראל-סעקרעטאר פו­נעם צ. ק. פון דער רומענישער ארבעטעריפּאר­טיי איז א רייכער און מאָביליזירנדיקער ארבעט­פּראָגראם און גלייכצייטיק א מעכטיקער רוף צום פארשטארקן די רעוװואָלוציאָנערע וואכזאמ­קייט. די אמעריקאנעריענגלישע אימפּעריאליסטן און די עקספּלאָאטאטאָרן. פון אונדזער ל?אנד, סיי די וועלכע האָבן. פארלוירן זייערע עקאָנאָ­מישע. פּאָזיציעס און. סיי די וועלכע האָבן זיי גאך, פארנעמען זיך מיט דעם דורכפירן פארי ברעכערישע מאכינאציעס קעגן אונדזער פאָלקס­דעמאָקראטישן רעזשים, חלומען ווידעראויפצו­שטעלן דעם קאפֿיטאליזם ביי אונדז אין לאנר. דערפאר--- זאָגט חבר ג. געאָרגין­רעזש--- דארף די וואכזאמקייט לגבי דעם קלאסן­שונא און לגבי זיינע אגענטן זיין א געזעץ פאר דער טעטיקייט פון דער פּארטיי, פון די מלוכה-אָרגאנען, פון די עקאָנאָמישע אָרגאנען און פון די מאסן-אָרגאניזאציעם, פון אלע ארבעט-ימענטשן פון די שטעט און דערפער".

באקענענדיק זיך מיט די דיסקוסיעס פון דער לאנדסיבאראטונג פון די. שאכטיאָרן פון דער קוילן-אינדוסטריע, פילן די ארבעט-מענטשן פון אלע געביטן פון דעם סאָציאליסטישן בוֹו די גויטיקייט צו קוסן מיט מער פאראנטװאָרטל?עב­קייטס-יגעפילן אויף זייער ארבעט און פאר­גרעסערן זייערע אָנשטרעננונגען אינעם ווונ­דערלעכן קאמף אויסצושמידן אונדזער ניי לעבן. זיי זעען דעם גרויסן אונטערשיד צווישן דעם לעבן פון דער צייט פון די בורזשואזפּריצישץ רעזשימען, פול מיט ליידן און דערנידערונגען און דעם פרייען, ליכטיקן און אלץ בעסערן ל?עבן פון וועלכן מיר געניסן היינט. די יידישע אר­בעט-מענטשן וי אויך די אנדערע ארבעט­מענטשן פון אונדזער פאָטערלאנד זעגען בא­וווסטזיניק פון דעם גרויסן אונטערשיד. אין קעגנזאץ צו אמאָל ווען זי זענען געווען גע­לאָזט אלס קרב דער אנטיסעמיטישער װיפֿר­קייט װאָס איז באוווסטזיניק קולטיווירט געווען פון די אונטערדריקער,--- זענען זיי' היינט, א דאנק דער קלוגער פּאָליטיק און פעסטן קאמס

יפוּן דער פּארטיי, גלייכע אין רעכט און אין

פליכּטן מיט אלע ארבעט-מענטשן, פריי צו אנטוויקלען זייער. גאנצע ארבעט-פעיקייט אין דינסט פון שלום און סאָציאליזם. דערפאר איז חבר ג. געאָרגיו-דעזשס עקספּאָזע אויך פאר די יידישע ארבעט-מענטשן* מעכטיקע אָנרעגונג צו קעמפן מיט א פארגרעסערטן שווונג פארן

אויפבלי פון אונדזער היימל?אנד,. פאר|ן צע­שמעטערן דעם קלאסן-שונא. באזונדער האָט חבר נ. געאָרגיו-דעזש

אוננטערגעשטראָכן אין זיין עקפפּאָזע די נוי­טיקייט פון צו פירן אז אומברחמנותדיקן קאמף קעגן דעם נאציאָנאליזם: ,די רעוואָלוציאָנערע וואכזאמקייט פאָדערט א שטעלונג פון אומ­פּשרותדיק באקעמפן דעם שאָוװויניזם און יעט­וועדן נאציאנאליזם--- דעם רומענישן, אונגא­רישן, דייטשן אָדער סוי וואָסארא אנדערן. דער נאציאנאליזם און דער שאָװיניזם זוכן צו צע­שטערן די ברודערשאפט צווישן די פעלקער, אינעם געמיינזאמען קאמף פון ד! ארבעט­מענטשן פון אלע נאציאָנאליטעטן פארן בויען דעם סאָציאליזם אין אונדזער לאנד. דער נא­ציאָנאליזם איז דאָס פארגיפטעסטע און געפער­לעכסטע געווער פונעם אימפּעריאליזם און פון די אינערלעכע שונאים פונעם ארבעטער-פאָלק, דערפאר דארף דער קאמף פארן פארניכטן אלע מאניפעסטירונגען פונעם נאציאָנאליזם באשעפ­טיקן פּערמאנענט אונדזערע פּארטייאָרגאניזא­ציעם און מאסן-אָרגאניזאציעס.

די יידישע ארבעטימענטשן לערנען פון די דאָזיקע קלוגע רייד אז זיי האָבן די פליכט צו קעמפן מיט נאָך גרעסערער ענערגיע קעגּן דעם ציוניסטישן בורזשואזן נאציאָנאליזם און כסר צו פארשטארקן די פארבינדונגען פון ברידער­לעכער. צוזאמענארבעט מיט די רומענישע אר­בעט-מענטשן און מיט די פון די רייען פון די מיטלעבנדיקע נאציאָנאליטעטן.

דאָס גאנצע ל?אנד, אונטער דער אָנפירערשאפט פון דער פּארטיי און מיט דער אומדערשעצלע­כער הילף פונעם סאָוועטן-פארבאנד, ווערט פארוואנדלט אין א גאָרֹטן. לאָמיר ענטפערן

אויפן רוף פון דעךְ פּארטיי, שטעלנדיק אלע אונדזער כוחות און דינסט פונעם קאמף פאר סאָציאליזם, פארן שׁלום!

פון דער דייטשער דעמאקראטישער רעפּובליק

דעם ערשטן יולי האָט מען דערמענט בוקארעשט די אינדוסטריע-אויסשטעלונג פון דער דייטשער דעמאָקראטישער רעפּובליק. ביים. אריינגאנג. באגעגענען דיך ווערטער וװואָס דער חבר סטאלין האָט געזאָגט אין זיין בריוו צו די חברים ווילהעלם פִּיק און אָטאָ גראָטעװאָל ביים גרינדן די דייטשע דעמאָקראטישע רע" פּובליק: ,דאָס גרינדן די דייטשע דעמאָקרא­טישע שלום-ליבנדיקע רעפּובליק באטייט א װענדיפּונקט אין דער געשיכטע פון אייראָפּע". אריינקומענדיק אין זא? קען מען לייענען: ,כבוד און דאנקבֿארקייט דער רומרייכער סא" וועטישער ארמיי פארן באפרייען דייטשלאנר פון אונטער דעם פאשיסטישן יאָך", די אויס­געשטעלטע זאכן איבעראשן דיך אז דו ווייסט

אי

באמת נישט ווו פריער צו קוקן. אָט זענען למש? די סחורות וועלכע ווערן פאבריצירט

אי די אוזינעס ,צייז" פון דער שטאָט יענא: קינאָאפּאראטן, פאָטאָ-אפּאראטן, אולטרא-מי­קראָסקאָפּן, פארשיידענע מעסטאפּאראטן, לעג­טילעם און אנדער: אין צענטראליזא? איז אויסגעשטעלט א

ריזיקע דריייבאנק פון 18 טאָנען וועלכע רע­פּרעזענטירט די שווערע אינדוסטריע פון דער דייטשער דעמאָקראטישער. רעפּובליק.= זי איז פֿאבריצירט אין די אוזינעס נילעס פון כעמניץ.

די מאקעטעס ווייזן אונדז אז די אוזינעס פון וויימאר פאבריצירן לאָקאָמאָטיוון, וואגאָנען און פריזשידער;. ווייטער זעען מיר פארשודענע פּאָר­צעלאן-אינסטאלאציעס װאָס ווערן גענוצט אין דער כעמישער און עלעקטרישער אינדוסטריע!

א באזונדער אָרט פארנעמען די פּאָליגראפישע מאשינען װאָס ווערן געבויט אין דער פּראָווינ/ סאקסאָניא.

פונעם ביכער-סטאנד גלענצן אראָפּ די ווערס פון מארקס ענגעלס, לענין, סטאלין מיט א פּרעכ-­מיקער אויסשטאטונג. דאָ געפינען מיר אויך קלאסישע ווערק פון געטע, היינע, שילער, אי­בערזעצונגען פון רוסישע און סאָוועטישע שריי­בער צו פּראָגרעסיסטישע שרייבער פון גאר דער וועלט.

אן אנדערער סטאנד פּרעזענטירט די סחורות פון 12 מלוכה-אונטערנעמונגען. דאָ געפינען מיר שרייב-מאשינען, רעכן-מאשינען, פאקטו­ריר-מאשינען וועלכע פונקציאָנירן עלעקטריש.

די לייכטע אינדוסטריע פון דער דייטשער דעמאָקראטישער רעפֿובליק פאבריצירט אומצאָ­ליקע אפּאראטן פאר כעמישע און אנאטאָמישע עקספּערימענטן. אזוי למש? זעען מיר א מענטש­לעכן קערפּער פון גלאָז אין דער?עבנסגרייס, אין וועלכן מ'קען באאָבאכטן דעם סקעלעט, פארשידענע אָרגאנען און דעם נערווז-סיסטעם.

די אויסשטעלונג זאָגט עדות פאר דער עקאָ נאָמישער אנטוויקלונג פון דער דייטשער דע­מאָקראטישער רעפּובליק אין דינסט פונעם. שלום, און באווייזט די באגייסטערונג פון די ארבעטימענטשן צו דערפולן דעם. פינףייאָר­פּלאן. אין ראמען פון דעם דאָזיקן פּלאן ווערן געבויט ריזיקע קאָנסטרוקציעס וי למשל? דער מעטאלורגישער קאָמבינאט ,,אָסט" ביי דער גרע­נעץ מיט דער פּוילישער רעפּובליק.

די דאָזיקע פרידלעכע קאָנסטרוקצועס צע-­בליען זיך אין דער צייט ווען איז מערב-דייטש­לאנד ווערן מיט יעדן טאָג פארשנעלערט די צוגרייטונגען צו א נייער מלחמה. די פאשיס­טישע קליקע פון באָן בראש מיט אדענאוערן שטייט אין דינסט פונעם אמעריקאנער אימפּע­ריאליזם און באדראָט דעם שלום פון דער וועלט, באדראָט די פרידלעכע קאָנסטרוקציעס לטובת דעם פאָלק.

די אויסשטעלונג איז נאָך א באווייז פון דער פרוינטשאפט צווישן דער רומענישער פאָלקס-: רעפּובליק און דעם דעמאָקראטישן דייטשלאנד. באקענענדיק זיך מיט די דערגרייכונגען פון דער דייטשער דעמאָקראטישער רעפּובליק ווערש: פארשטארקט די דאָזיקע פריינטשאפט וועלכע טראגט בי צו דעם זיַג פונעם שלום- לאגער וועלכער איז אָנגעפירט פונעם סאוועטן-פארבאנדר בראש מיטן גרויסן סטאלין.

הערט די ראדיאָ-עמיסיעס אין יידישער שפּראך יעדן דינסטיק, דאָגערשטיק אוז שבת.'|. פון א זיינער 21.80 בין 29{

יי

יע