Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
5
Einzelbild herunterladen

א.

פון פירשטן און בּאַראָנען שטאַם איך נישט. מייַן משפּחה איז נישט קיין מאַטעריאַל פאר געשיכטעישרייבּער. מיין פאָטער איז דער זון פון עפּעס אַ ר' לייזער עליו-השלום-­מיט דעמדאָזיקן טיטוּל איז ער עוֹלה-לתּוֹרה= אוּן מיין מוטער האָט זיך אױיפגעהאָדעוועט אינם הויז פוּן ר' בּרוך, ר' בּרוך גאָלדעס, ר' בּרון שענקער,

דעמדאָזיקן ר' בּרוּך דערמאָנען די איינוואוינער פון צי מיין געבּוּרט:שטאָט, עד היום מיט אַ קרעכץ, אַזעלכע יידן װערן ואס אַמאָל װייניקער.

ער איז מיר אָפּגעשטאָרבּן, װען איך בִּין נאָך געווען אַ קליינער יוּנגל, אוּן פוּן זיין אויסזען זענען מיר פאַרבּליבּן אין זכּרון בּלױז זיין געקנייטשטער שטערן און זיין שװאַרצע, סעמיטישע בּאָרד. אוּן װאָס סאיז שייך פאַקטן און געשעענישן קומט מיר אַמאָל אויף אין זכּחון, און דאָס אויך אָפּגעהאַקט אוּן מטושטש, װי פון אַנעפּל ארויס, מיין אָנקוּמען אין חדר, צוּ פינפטהאַ?בּן יאָר פוּן מיין לעבּן, בּיי וואס דערזעלבּיקער ר' בּרוּך האָט געזאָגט: זאָל זיך יערמיק גיין שפּילן אין חדר צוּ ישראלן, דעם דרדקיימלמד; אַן אָרימאַן אַ ייד דאַרף האָבּן פּרנסה". נאָך עפּעס: יעדן טאָג פאַרנאכט פלעג איך

*) דידאזיקע דערציילונג איז געשריבן געווארן אין יאר תרס"כ, 5