Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
6
Einzelbild herunterladen

זיצן אויף דער שװעל פוּנם בּיתימדרש, דאָרטן אין דצד ווייבּער-שוּל איז געװען אונזער ,חדר", און פלעג װאַרטן אויף דעמדאָזיקן זיידע? מיינעם מיט אומגעדולד., װען ער פלעגט קומען דאַװנען מנחה פלעגן די קעשענעס פון זיין לאַנגער קאַפּאָטע זיין פּוּל מיט פלוימען, בּאַרן, קאַרשן... פאַר מיר. קען זיין, אז דידאָזיקע שטיקלעך זכרונות שוימען מיר אויף, יל זי פלעגן שפּעטער דערמאנט װערן בּיי אונז אין שטוב, װען איך בּין שוין אױסגעװאַקסן: אין שעהן פוּן אוּמעט און איינזאַמקײט פלעגן אַזעלכע מיני זכרונות זיין זײיער בּאַ. ליבּט בי מיין מאַמען, אָנצוּהױבּן מיט זי אירע שמועסן מיט מיר,

- געדענקסט, ירמיה, װי ער פלעגט דיך בּיינאַכט צוּ. דעקן מיט זיין שװאַרצן כאַלאט?..

אין דער צייט פוּן זיין לעצטער קרענק איז אונזער הױיז געוען אַ רשוּת-הרבּים. די שטאָט האָט זיך אַ טרייסל געטאָן, נאר ער איז געװען רואיק. זיין פּרײלעך געמיט אוּן זין ליצנות האָבּן אים נישט פאַרלאָזט בּיז דער לעצטער מיניט,

- קעצעלע!- פלעגט ער א זאָג טאָן צוּ איינעם פון די אַרומיקע, אַ פארמרה.שחוֹרהטן-- װאָס ס'טויך אַװעקגעזעצט, בּעל-בּכי מיינער, אין אַ װינק?- און האָסט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ 1 ע, שוֹטה! ואס איז דאס פאר אַן עצבות װידער? ריר זיך, שטיי אויף, נעם אַביסל װאַסער, ,רבּיײנס װאַסער, אוּן גיס אַרײן אין דיין קליינער מנוֹרה- און סװעט דיר װערן גרינגער. נישטאָ ואס צי טרוֹיערן! דער װעג איז נאָנט.. מיר זענען יידן, טפש!..

אַ שצה פאַרן טויט האט ער געטרייסט אוּן געבּענטשט אַלעמען. אויך מיך, דעם קליינינקען, האט דער טאַטע אַרוּנטער. געשטעלט אונטער זיינע הענט, ר'זאל מיך בּענטשן. ער האט מיך אַרוּמגעטאַפּט- די אױיגן זענען אים שוין טונק?ל גע. װאָרן- אוּן האט אוֹיסגעדריקט זיין װילן, איך זא? זיין אַ ייר

6