װעדליק, וי ספלעגט זאָגן זיין בעל דברטע האט מען געקענט נאך מער ,צעפּלאַצט װערן?-- פוּן זיין שכּרות. דאס איז געווען אַ גרויסער חסרון, אייגנטליך איינער פוּן זיינע פעלערן. סאיז נאָך געווען גוּט, וואס געוויינטלעך פלעגט ער קיין ,משקה" נישט נעמען אין מויל אריין, אַ חוּץ פוּן צייט צוּ צייט אַ קליין גלעזעלע נאָכן דאַוונען; אָבּער סהאָבּן גע קלעקט די ,יומיידפּגרא"ס אין משך פון יאָר, זײ זאָלן איר פאַרבּיטערן דאָס לעבּן. ער פלעגט מיט זיך מיטבּרענגען פוּן קלויז די גאַנצע ,חברה. און אַ כוּצדעם, וואס מפלעגט אויסי ראָמען דאָס גאַנצע עסנוואַרג פוּן שטוּבּ, אפילוּ װאָס פלעגט זיך געפינען אין די לעכער און בּאַהעלטענישן, מפלעגט אויסי נישטערן אוּן צוּגזלענען אלע מיני געבּעקס אוּן איינגעמאכטס פוּן אוֹיװון און פוּן קעלער, מפלעגט אויסגעפינען און אייג. שלינגען אלע זוֹיערע אוּגערקעס, וועלכע זעגען געווען איינגע. שטעלט אויף ווינטער אינם קעלער, וואס אין הויף,-- פלעגן זײ נאך מאכן א ,תּל-עוֹלם" פוּן דער גאנצעף דירה אוּן ער אין דער שפּיץ פון אַלעמען. אֶנהוֹיבּן פלעגן זי אין פלוג שטיל, מיט האלבּ.פארמאכטע אויגן און מיט אַ טרויעריקן ניגון, א פּאמעלעכן, אַ יידישלעכן, אַ מחיהדיקן, אָבּער צוּם סוֹף פלעגן זי משוּגע-ווערן, פלעגן טאַנצן מיט די לעצטע כּוֹחות, אוּן ער פלעגט אַלעמען האלטן בּיי די אַקסלען, פלעגט ,בּאַמקען" נישט מיט זיין קול, פלעגט קנאַקן מיט די פינגער, שרייען ;ֶלעבּעדיקער, לעבּעדיקער!'-- און פלעגט איבּערקערן די וועלט...: י
אמת, דאס איז נאר אײין זייט פון דער זאַך. אינדערי אמתן האט ר' בּרוּן פאַרשאפט זיין צווייטער העלפט אויך פאַרגעניגן מיט זיין נאָמען אוּן זיין אָנזען.
דאַוונען פלעגט ער שטיל, שטייענדיק אומבּאוועגלעך אויף איין אָרט, אָן אַ מינדסטן ריר, מיט אַ פולשטענדיקן 3ּטו?. היש. נאָר אָמאל פלעגט ער זיך אויפרייסן אוּן אוֹיסשרייען
םּ