Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
9
Einzelbild herunterladen

מיטן גאנצן כַּוח: ,טאַטע אין הימ?| טאַטע אין הימ?|* אין ער פלעגט זיך גאָרנישט מאַכן פוּן דער עבירה, פון מפסיק זיין אינמיטן קריאתישמע אדער אין שִמוֹנחיעשרה.

מהאט עס אַמאָל דערציילט דעס רבּין, האט ער אַָזאָג געטאָן: ,נו"...

מיין מאַמע יהודית-- דאס איז אַ ,יידישע טאָכֿטער* לויט איר כאַראקטער און לויט איר לעבּן. אין מיינע גוטע אוּן אידעאַליסטישע יוגנט.צייטן פלעג איך ליב האָבּן זיך צוּ צעגיסן אין פּאָעטישע מחשבות װעגן אירע פּיינען, וועגן איר געדולד, וועגן די גרעניצן פון איר וועלטל אוּן איך פלעג זען אין איר דעם סינבּאָל פוּן ,דער יידישער פרוי", וי עס שילדערן זי אונזערע שרייבּער פוּנם בּאַקאנטן מין. איך פלעג זי אמאָל אויך אנקעגנשטעלן אין מיין פֿאַנטאזיע מיט מיין פאָטער, סהייסט; ער איו שלום געצ? דער מלמךד אין מער נישט, אָבֶּער זי--זי איז אַ צנוּעה, זי איז אָ כּשרע, זי איז אַ סבלנטע, זי איז איבּערגעגעבן צו איר מאַן און קינִי דער, זי... מיט איין װאָרט, זי איז- ,;אַיידישע פרויי|

איצט... איצט-- גאָרנישט. ,אַ יידישע פרוי"-- אַוודאי; אַן אָרעמע פרוי, ואס ליידט יסוּרים.

זי איז אַ נידעריקע. זי האט אַ לענגלעך, שמאָל פּגִים, פוּל מיט קליינע גריבּעלעך, שפורן פון אַ פּאָקן-קרענק. אַן איינגעפאַלענע בּרוּסט. אירע אויגן זענען ניעט קיין גרויסע, זיי זענען מילדע, אוּן אין דער פייכטער שוואַרצלעכקייט פון זייערע אַפּלען גלאנצט עפּעס אַ טרויער, וואס נעמט אָן פיים האַרצן,

אז זי איז געווען אַ מייד?-- פלעגט זי מיר אָפט דערי ציילן- איז זי געווען נישט קיין מיאוסע אין זי פלעגט אויך ליב האָבּן אַטאַנץ צו טאָן. אָבּער די פּאַקן-קרענק, אויף וועל?י פִ