כער זי איז קראַנק געװואָרן צו זיבּעצן יאָר, און איר לעבּן גופא- דאס לעבּן פוּן אַ יתוֹמה אין הוֹיז פֿוּן דער בּייזער גאָלדען, רי בּרוכס, עליו השלום, ווייבּ,-- האָכּן בּיי איר צו. גערויבּט סיי איר שיינקייט סיי איר פריילעכקייט.
(? ב"ח) איר פאָטער ר' ירמיה איז געוען אַ גרויסער למדן, אַ סוכאָטניק. זי איז געװאָרן אַ יתוֹמה קליינערהייט. און כאָטש איר קרוֹבה איז געווען גאָלדע אוּן ר' בּרוך איז איר נישט געווען קיין קרוב, איז פונדעסטוועגן גאַנץ שווער אָנגע. קומען ר' בּרוּכן צוּ קריגן ד? הסכּמה פוּן זיין פרוי אַריינצו. געמען די יתוֹמה צוּ זיי אין שטוּבּ. זיי זענען געווען קינדער. לאָזע, נאָר די געשעפטן זייערע זענען תֿמיד געשטאַנען שלעכט צוליבּ די ,שגעונות" פוּנם בּאַלעבּאָס. אָבּעױ צוּם סוֹף האָט זיך דערמאנט די שענקערקע, אז דאס איבּעריקע מוֹיל פאַרמאָגט אויך אַ פּאָר הענט מיטצוּהעלפן--אוּן זי האט נאָכגעגעבּן דעם מאַן,
בּשעת מיין מאַמעס קרענק האט ,איר גוּטער טאַטעײַ זי געראַנגלט מיט אַלע זיינע כּוֹחות קעגן דער סכּנה- אוּן ער איז זי בּייגעקומען. נאָר װען די קראַנקע איז געזונט געװאָרן און זי האט בּאַטראכט איר אויסזען און איר מצב-האט זי שוין בּעסער געוװאָלט דעם טוֹיט איידער דאס לעבן.
אָבֶּער די צאַרטע שטימע פוּן איר גוֹאל אוּן איר רעטער האט זי נישט אױפֿגעהערט צו טרייסטן;
- האָבּ נישט קיין מוֹרא, טאָכטער מיינע, איך ווע? דיך נישט אַװעקגעבּן פאַר אַן עס:הארץ!
אוּן ער האט מקיים געווען זיין צוזאָג,
אין איינעם אַ פרײטיקיצוּנאַכט- זי איז דאַמאָלס גע. ווען אַ מיידל פוּן אַ יאָר צװאַנציק, וועלכע איו געשטאַנען אין שדוּכים, נאָר אָן הצלחה--האָט מיט זיך ר' בּרוּך געבּראַכט פון בּית-מדרש אַן אוֹרח, אַ יוּנגען ליטוואַק, ער זאָל עסן בֵּיי אים, וי ער פֿלעגט זיך שטענדיק פירן. בַּיים עסן האָבּן זי זיך 0