Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
11
Einzelbild herunterladen

מפל9? געווען, ער און דער אוֹרת, אין דברי תּורה, און אז רי פּרוּך האט גענוֹמען אויספרעגן דעם אוֹרח וועגן זיין לאַגע, האָט אים יענער דערציילט, אז ער איז אַ בּחוּר. גאָכ. דעם װי דער אוֹרח איז אוועק פוּן שטיבּ און ער איז גע. גאַנגען נעכטיקן אין קלויז, האט איר גוּטער טאַטע אויף איר אַ ווײכן קוק געטאָן אוּן ער האט געזאָגט:

-- אַ פיינער יענגערמאַן, אַ ,מתנגד"... אָבּער ער קֶען אין די שװאַרצע פינטעלעך.

אוּן זי האָט פאַרשטאַנען. אמת, ער האט נישט געפונען קיין חן אין אירע אייגן, אין אירע מיידלשע אױיגן, ווייל ער איז געווען אַ נישט.שיינער אוּן אויך זיין ליטווישע שפּראַך האט געקלונגען פרעמדלעך אין אירע אויערן. אָבּער צי וועט זי דען זאָגן אַ דעה! זי וועט נאך זיין איבערקלייבעריש? אַבּעל-עגלה אָדער אַ שוּסטער װאָלטן דען געווען בּעסער איידער ער! זאל זי זיין אומדאַנקבאר אוּן נאָכקלערן אויף דעם, וואס ר' בּרוך טוט! אויבּ ,ער" געפעלט ה' ברוכן-­מן-הסתּם ווייס ער|

סהאָט נישט לאַנג געדויערט און אַנײ פּאָר? איז, בּיים אַנטײל פוּן אַלֹע איינוואוֹינער פוּן דער שטאָט. פון קלעזמער און אוּנטערפירער אוּן בּרענענדיקע ליכט אוּן פוּנם שטאָטישן רב ר' חנן"נחן, געשטאַנען בּיים מיסטבּערגל וואס בּיים קלוין אוּנטער אן אױסגעהאָפּטענעם פאָרהאַנג, אַן אױסגעשפּרייטן אויף פיר דרענגער. מזל טוֹב!

מיין טאַטע איז אַ מענטש פוּן מיטעלן און גרעבּלעכן

וואוקס, זיינע געזיכט-שטריכן זענען מגושמדיקע, די נאָז און

די ליפּן גראָבּע, די אויגן זענען טונקליגרויע און די בּאָרד

זיינע אין א גרינלעךיגעלט. יונגערהייט פלענט ער זיך שטאַרק 1