Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
12
Einzelbild herunterladen

צֶפּגעבּן מיט אָט דער בּאָרד זיינער, ער פלעגט זי קעמען און פאַרוּנדיקן--איצט װאַקסט זי אָן שטערוּנגען.

אין זײַן לעבנ0:תּוֹרה שטייט געשריבּן: מדארף זיך צוּפּאַסן צוּ דער סביבה. צווישן חסידים זײ אַהסיד אוּן צווישן משכּילים--אַ משכּיל. זי ווייך ווי אַ לעמעלע, אוּן פאַר אַ;נגיד?--ווי וואַקס.

ער האט זיך ליבּ און איז זייער אַמבּיציעז, אָבּער עס קומט אים אָן גרינג זיך איינצוקוועטשן, צוצוּגעוואוֹינען, זיך צוצופּאַסן. זיין גרעסטער בּאַגער איז: עח זאָל אויך זיין צוּ לייטן גלייך, ער זאל קוּמען צווישען מענטשן אוּן ער זאָל קענען זאָגן זיין װאָרט...

ער איז אַ געבּוֹירענער אין דער ליטע. זיין טאַטן דעם אָרימען וואַסערטרעגער האט ער נישט געקענט, װאָרום ער איז אִים אָפּגעשטאָרבּן קינדווייז. אָבּער, כאָטש ער ווייס דעם אמת, האַלט ער פאר נויטיק אוּן פאר ריכטיק זיך צוּ בּאַרױימען אין צ. אַן אָרט, וואו מקען אים נישט, מִיט זיין מעִפּחֵה-יחוּס און אַלעמען צוּ דערציילן, אז ער שטאַמט פוּן גבירים אוּן רבּנים, אז דער מינסקער גדוֹל אָדער דער קאָונער אדיר זענען זיינע קרוֹבים.

אויך ער האט זיך, פּוּנקט וי די מאַמע מיינע, אויפ. געהאָדעװעט אַ ,יתום. זיין מוטער, וועלכע איז נאָכן טוֹיט פוּן איר מאַן פאַרבּליבּן אַ וויסטע אלמנה אוּן האט זיך ,אויפגע. האלטן" פוּן פאַרקויפן געקאָכטע בּאָבּ אוּן אַרבּעס, האט אִים אַװועקגעשיקט פוּן דער היים. האט ער אַרוּמגֶעבּלאָנדזשעט אַן אײנזאַמער אוּן פאַרװאָרלאָזטער איבּער די גאַסן, אן אייגי געוויקלטער אין שמאַטעס אוּן אַ הוּנגעריקער, אוּן יעדערער פלעגט אים פאַרטשעפּן און שלאָגן אַלעמאַי ער קען נישט דעם ,קדיש* ווי סדאַרף צוּ זיין. נאָכדעם ווי מהאָט אים אַרױסגעטריבן פוּן דער;תּלנוּד:תּוֹרה", האט ער זיך דערצויגן אין די גרויסע ישיבות, וואס אין די קליינע ליטווישע

: 12