שטעטלעך. ווֹען ער האָט ויך שׁוין געהאט אויסגעלערנט וי געהעריק די מלאכה פוּן זיך אווטערלעקן צו יעדערן און אָפּנאַרן יעדערן, אפילו אזעלכן, וואס האט קיין שוּם שייכות נישט מיט אים, שוין אָפּגערעדט פוּן ראשדישיבה, פון משגיח; פון זיינע בּרױטגעבּער אוּן די קלױז.דאַװנער; ווען ער האט זיך שוין אויסגעלערנט אָפּצוּטאָן שפּיצלעך זיינע חברים, הנאה צו האָבּן פון זײער דורכפאַל און צוּ פּאַנגען הערצער דורכן שטענדיקן בּאַרימען זיך, אז עח איז אַ אױיסערגעווײַנלעכער -מתמיד",-- איז ער, אַלטװערנדיק פופצן יאָר, געװאָרן אַ מלמד אין די דערפער, דאס הייסט: אַ האָלצהאַקער, אַ װאַסער. טרעגער, אַ פֿאַמוּניצע-ארױסטראָגער, אַ בּהמה.אָנפיטערער אוּן אַ צילבּרעט פאר די הערשאַפּטיגעפילן פון דער דאָרפישער בּאַלעבּאָסטע, וי דער מנהג איז. נאָכדעם, וי ער איז אָפּגע. שטאַנען אויף דעמדאָזיקן פּאָסטן פֿיר-פינף יאָר, האט אים דאס האַרץ אַ צי געטאָן צוּ פּרוּכן זיין מז? אין דער פרעמד און ער האט אַװעקגעװאַנדערט אין די דרום.שטעט פון רוּסלאַנד, אונטערן איינפלוס פֿון די ואוּנדער.געשיכטעס, וואס עס פלעגן אין יענע צייטן דערציילן אַלע מלמדים, וועלכע פלעגן זיך אומקערן אַהים אין דער ליטע פוּן ,מרחקים". אז ער איז געקוּמען קיין צ. איז ער דאָרט פאַרבּליבּן, נעמענדיק מיין מאַמע יהודית פאר אַ ווייבּ, אָדער ריכטיקער, גענומען. ווערגדיק פאר מיין מאַמע יהוּדית פאר אַ מאן,
ריעק
מיין טאַטנס חתונח, פּונקט וי זיין נסיעה אין אַ פרעמד לאַנד נישט בּאַזיצנדיק קיין פֿראָפּעסיע אָדער עפּעס אַ קענט. שאַפּט, זענען געווען, וי מזאָגט, זאַכן גלאַט אין דער וועלט אַרײן, אָן א בּאַרעכענוּנג, אָן אַ בּאַשטימטן ציל, אוּמבּאַוואוּסט. זיניק. און בכן, ווען די פויקנדיקע קלעזמער זענען שטיל געװאָרן, האָט זיך אױפגעכאַפּט דער כמן.קעניג און דערזען צו 13