Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
16
Einzelbild herunterladen

און די גוּטהאַרציקע שכנטעס האָבּן שוין גענומען האָפן צוּ איר מיטלײד, אנקלאגן איר אין די אויערן אויף איר בּיטער מזל, שילטן דעם משומד ימח-שמו, די ,שלאַנג", גאָלדען, וועלכע איז שולדיק אין אלץ און אפילו בּאַרעדן בּרוּכן אַליין, אז ,אויך ער, זאל מוֹחל זיין, האט פליגן אין נאָז.

די צוקוּנפטיקע עגונה האט געקליבּן נחת פוּן אלע זייטן,

נאָר דער ,מתנגד גמור" האט זיינס נישט אויסגעפירט. ר' בּרוך האט נישט געקוקט אויף זיין ווייבּס ווארנוּנג, אז ;מוועט אים בּאַגראָבּן אין פרעמדע תּכריכים" אוּן האט זיך אויסגעגלייכט מיט;זיין איידעם? אויף וויפל ער איז גאר געווען בּיכולת: ער האט אים אַװעקגעגעבּן אַ טייל פון זיינע ספרים, האט אים איבּערגעלאָזט אַ שטר-ירוּשה אויף זיין ;שטאָט" אין קלויז אוּן האט זיך בּאמיט מיטן כּוֹח פוּן זיין אָנזען אין שטאָט צונוֹיפצוּנעמען ,זיין ליטוואַק' אַ חדר אויפן קימענדיקן ,זמן.

אין פוּן דאַמאָלס אָן פּראַװעט מיין טאַטע מלמדות בּיזן היינטיקן טאָג,

וא