Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
32
Einzelbild herunterladen

וועגונג, וי ר'װאָלט זאָגן: זאָלסט נישט זיין קיין נאַר| ווענט האָבּן אויערן... אַזעלכע ריד טאָר מען נישט רעדן!..

-- וואס זאָג איך דען ז.. איך זאָג נאָר... גוט, גוּט וואס דו קומסט צווישן מענטשן, סאיז דיין פאַך אַזאַ.. אָבּער אַלץ האָט אַ גרעניץ... ווען די װאָלסט געקומען אין דער צייט, װאָלט מיין יוֹם-טוב נישט פארשטערט געװואָרן... איך הא מיר גערעכנט: סוועט קוּמען יוֹם-טוב, דער ליבּער יוֹם-טוב... וועלן מיר אלע זיצן בּיים טיש... װועל איך אויך וויסן, אז סאיז יוֹם-טוב בּיי יידן... צי איז מיר טאַקי פֿאַרװערט צו האָבּן אַ בּיסל נחת אויף מיין וועלט!.. אוּן וואס איז געווען דער סוֹף... פּיסט געקומען אין אָווֹנט.. שיפור וי לוט ירמיה איז געועסן אין אַ װינקל וי אַ פארזינדיקטער... סאיז געווען אַ רחמנות צוּ קוּקן אויף אים... ער איז געועסן, געזעסן-- און אַנטשלאָפן געוואָרן...

- ירמיה!- געדענקט דער טאטע דעם עיקר-- אָט דאס זאָג איך דאָך טאַקי, אז דו קענסט נישט פאַרשטיין!.. קאָצין זאָגט: לחיים, שלום געצל!,. און ר' צדוק דער אייניקל; לחיים, שלום געצל, וואס מאכט דיין קליינער 1 און דער רב זאָגט: זה הקטן גדו? יהיה!.. אוּן ער צעגייט זיך אין מתיקות...