Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
33
Einzelbild herunterladen

ךר

און נאָך אַלעם, אָדער, ריכטיקער, אַ דאַנק דעם אַלעמען, איז געװאָרן די חשגחה פון מיין פאָטער אויף ,זיין שטאַרקסטן זכוּת אין לעבּן אַ שטאַרקערע און אַ שטרענגערע. ער האט גע. נוּמען שאַרף אַכטוּנג געבּן אויף אַלע מיינע טריט, אויף אַלֶע מיינע גענג; ער האט מיר קיין רוּ נישט געגעבּן...

ער פלעגט מיך האַרבּ בּאַשטראָפן אויף יעדן שריט, צוּ. ליבּן מינדסטן װאָרט, צוּליבּ יעדער מינע, וואס איז אים נישט גצפעלן. אַלע קוּקן אויף מיר, אלע אינטערעסירן זיך מיט מיר- אוּן איך מוּז אָפּציילן מיינע טריט, זיין ריין פוּן יעט. וועדן פלעק. נאָך עפּעס: ער האט פון מיר פאַרלאנגט רק צוּ בּאַװײזן ואוּנדער, מבטל צוּ מאַכן מיט מיין אויסצייכענען זיך אַנדערע, אֶבֶּער איך טאָר דערבּיי חלילה גישט זיין אַנדערש וי סאיז אָנגענוּמען. איך מוז זיין גלייך צוּ אַלעמען-- און זײ איבּעריאָגן. ער פלעגט מיך רוֹדפן אַלעמאי איך בִּין נישט אױפמערקזאַם אויף מיינע מלבּוּשים, אַלעמאי איך בִּין אַ פאר. טראכטער. דאס דאַרף מען נישט!..

אין חדר בִּין איך געווען דער שעיר לעזאזל פאר די זינד פון די באַלעבּאַטישע קינדער, אויף וועלכע מיין טאַטע האט מוֹרא געהאט אױסצעלאָזן זיין כּעס. הירשקע דעם גבּאיס זון קען נישט דעם װואָך-שיעוּר, אָבּער ער האט אַמאמע, וואס ריפט זיך ,שימקע קאָזאַק": דערפאר פאַלט אױיף מיין קאָפּ דער גקמהיפרען אין דער פאָרם פון אַ רעגן קלעס,

33 3