Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
49
Einzelbild herunterladen

בּיי מיר געשאפן עפּעס אַ מין גרױיסהאַלטעריי, וי איך וואָלט מיך מיט אַ כּיוון פוּן זיי דערווייטערט, ווייל איך ויל מיך נישט דערנידעריקן און זין אַראָפּלאָזן צוּ זיי. דידאָזיקע כּלוֹמרשטע;גאווה? פלעגט אין מיר דערוועקן אַמאָל שפּאָט און חוֹזק צו מיר אַלײן, אבּער נאך שווערער איז מיר געִי װען די משונהדיקע פיינטשאַפט, וועלכע האָט זיך בּיי מיך בּאַשאפן אוּן איך האָבּ זי בּשׁוּם אוֹפן נישט געקענט אָפּטױטן און אַרױסרייסן פוּן מיין האַרץ. דידאָזיקע פיינטשאַפּט איז געווען בּאַזוּנדערס צום שיינעם מייד?, וואס גיט אפילו קיין קוק נישט אויף מיר, אָדער וואס קיקט אויף מיר מיט שפּאָט אוּן ס'אַרט איר נישט מיין ציינקריצעניש. אָבּער נישט קיין בּעסער געפי?ל האָב איך געהאט צוּם ,נייעם מיידל*", אַ מין ;האַלבּער זכר", און קען זיין, אז די מיידלעך פוּן דעמי דאָזיקן מין האָבּ איך נאָכמער נישט ליבּ געהאָט-- אפשר ווייל מיט זיי פלעג איך זיך מער בּאַקענען, און אפשר ווייל בֵּיי זי פארלירט זיך יענער ווייבּלעכקייט.חן, וועלכער סאינטערע­סירט מיך, לכל הפּחות, בּיי די טיפּישע מיידלעך. ווי סזאָל נישט זיין-- פלעג איך זיך זייער פּייניקן, מינוּטנווייז פלעג איך מיך דערמאָנען אַ פּנים פוּן עפּעס אַ מיידל, אַ שפּאַציר. סצענע אין אַ זוּמער-נאַכט-- אוּן איך פלעג זיפצן, מקנא זיין, אוּן בּענקען... פאַרװאָס זיי? פארוװואָס ווייסן זײ ווי צוּ בּאַי גיין זיך מיט אַ מייד??.. מיין שטאָלצקייט, וועלכע בּוּנ:טעוועט זיך דאַן אוּן רעדט מיך אָן זיך איינצוּעקשנען אין צו בּאַי שליסן אז איך בּין דאס אלץ מבטל, אז איך בִין העכער פוּן דעם אַלעמען,-- שיט נאָר זאַלץ אויף מיינע וואונדן. איך גִּין גרייט צוּ שרייען, צוּ בּרוּמען וי אַ חיה, וועלכער סהאט אַ קוֹיל געטראָפן. וי אַ פלאם בּרענט אין מיר דער באגער זיך צוּ פאַרליבּן, אפילו ווען איך זאָל בּלױז ליידן פון דעמדאָזיקן פארליבּן זיך. איך האָגּ קיינמאָל נישט געקענט דאָס דאָזיקע געפיל, וואס קערט איבּער וועלטן|.. וויפל איך 4(4