Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
70
Einzelbild herunterladen

ח.

מיר גייט דאס דרייצנטע יאָר.

איך, װאָס כבּין געווען אומצופרידן פון זיך, וואס כהאָבּ תּמיך געפילט, אז נישט אזוי דארף מען לעבּן, און סאיז נישט געווען קיין מינוּט, בּעת וועלכער כזאָל נישט פילן די נויטיקייט צו ענדערן, אנצוהויבּן דאָס לעבּן פונדאָסנײ, ­איך האָבּ געהאָפּט, אז מיין בּר-מצוה-ווערן וועט בּרענגען די נויטיקע ענדערונג אין גיין לעבן; פון אָטאָ דעם גרויסן טאָג אָן װעל איך ווערן אַן אנדערער, וועל איך ווערן אַ מענטש, װעל איך זיין ראוי אנגעוופן צי-ווערן מיטן נאמען;ייד, איך װעל מיך שטארקן אין דער מלחמה מיטן יצר הרע, וויסנדיק, אז דער שכר און דער עונש פאר מיינע מעשים און פאר מיינע מחשבות וועלן פון איצט אן פאלן אויף מיין קאָפּ און נישט אויף מיין טאַטנס. אוּן מיינע פארגארייטונגען צו דעמדאזיקן טאָג זענען טאַקִי געווען גרויסע און פארשיידענע... אבער דער טאָג גוּפא איז געווען אַ טאָג וי אלע טעג. קיין שום איבּערגאַנג האט זיך אין מיר נישט געשפּירט. ער האט קיין זאך נישט אפגעגרעניצט און גארנישט מחדש געווען. מיין מלהמה-פירונג האט זיך נישט פארבּעסערט, מיינע פיילן זענען נישט שארפער געװואָרן, מיין דאַװנען איז נישט דערהויגענער געווארן און צו דער הייליקייט פוּן די תּפילין האָבּ איך מיך צוגעוואוינט אין אַ קורצער צייט אוּן איך האב אפילו גאר גיך אויפגעהערט אכ. טונג צו געבּו אױיף זיי, ויי, צוליג זינדיקע זאַכןן

79