Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
71
Einzelbild herunterladen

סהאט נישט לאנג געדויערט אוּן מיין צווייטע שטרעבּונג, די עלטערע פון דער ערשטער: פאָרן אין אַ ישיבה,-- איז אויך פארווירקלעכט געװאָרן. אָט גי איך ארויס פון מיין טאַטנס רשות אוּן װער זעלבּשטענדיק. זײ, די אַמעראצים, די גראָבּע יוגגען, די ,גויים* בּליבּן איבּער אין דער פינצטערקייט פון דערדאזיקער שטאָט און איך פאָר... סאַראַ גרויס גליק! אמת, אויך עוֹבדיה װעט מיט מיר מיטפאָרן, אבער דאס איז נאר דערפאַר װײ?ל ער איז דעם רב'ס זין אוּן זיין גאַנץ פאָרן קומט ארויס צוּליבּ מיר. װען נישט די געלעגנהייט צו פאָרן מיט מיר צוּזאַמען, ואלט אים ר' חנןנתן נִישט אָפּגעלאָזט פוּן זיך.

עובדיה איז אַ צארט יינג?. ער האט בּלױע אויגן. ער איז געוויקסיק וי זיין טאַטע, נאר ער האט סימפּאטישע געז זיכט.שטריכן. עױ האט אַ בּיס? אַ צו גראָבּלעכע נאו, דערפאר אבּער גיבּן אים צו אַ בּאַזוּנדער חן די הערלעך, וואס האבן אים גענוּמען ארױיסשפּראָצן ארום זיין ווייסער גאָמבַּע.

אין שטובּ בי אוּנז האט זיך אנגעהויבּן דער טומ? פוּן

די צוגרייטוּנגען צוּ דער נסיעה. מיין מאַמע האט שוין געבּראכט אין ארדנונג מיין ,קעסט?", און איצט זיצט זי און וויינט.

-- אַ יידענע בּלייבּט שטענדיק אַ ידענע!- זאגט דער טאַטע, ארומבּלאָנקענדיק פוּן איין ווינק? צוּם אַנדערן נישט וויסנדיק וואס צו טאָן און וי זיך נוֹהג צו זיין-- פרעג זי: וואס איז ס' ער גייט דאך נישט דינען צוּם מיליטער, חלילה! דער רב האט אים מיטגעגעבּן אַ בּריוו. ,יניק וחכים", אַ קליינער און אַ למדן,-- אזוי שרייבּט ער אויף אונזער ירמיה'ן, וואס דארף מען נאָך 1 פרייען דארפסטו זיך, שוֹטה איינע, אוּן גישט גיסן מיט טרערן פון אינדערפרי אָן.

-- אוודאי פיסטו גערעכט...-- ענטפערט אַ שטימע, אַ פארשטיקטע פון טרען- אַ פרוי איז נישט קיין מאַנסביל יי וואס איך וויין ז וואס זאל איך טאָן- אז איך קען מיך נישט

1