Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
74
Einzelbild herunterladen

זעקס תּלמידים זיך איינוויקלען אין איין טלית און לערנען תּורה... וי אַזױי-זשע װעל איך קאַליע ווערן? זאַמד דיר אין די אױגן, שטן,

פונדעסטוועגן, נישט קוקנדיק אויף מיין שטאָלץ און גרויס האַלטן זיך, האָבּ איך זיך געשעמט צוצוגײין צו דעם יידן, װאָס איז געזעסן לעבּן אונז, און פרעגן אים: ,ווען קומט דער צוג אַהין און ווען וועלן מיר שוין זיין אין דער ישיבה!" כ'האָבּ מורא געהאַט, טאָמער וועט ער חוזקן פון מיר און אױסלאַכן דאָס, װאָס בי מיר איז הייליק. איך האָבּ געוווסט, אַז ס'זענען פאַראַן אויף דער וועלט צעלאָזענע יינגען פאַר וועמען די ישיבה איז אַ חוזק.זאַך, הולטייעס, אויסער זי זע. נען פאַראַן אויך אַפּיקויסים ממש, אַפּיקורסים אויף צו להכעיס, װאָס קענען זײער האַר און ווילן מורד זֵיין אין אים. אַזױ וי יענע פון וועמען ס'האָבּן אויך געליטן די חו"ל און בּורסיפס קינדער פון אונזער שטאָט... און אלישע בּן אבויה, ,אחר", אַ חבר פון די דריי, וועלכע זענען אַרײן אין פּרדס... ער איז אויך אַרײן... מיט זײ איז ער אַרײן.. אַ בּליק געטאָן... אָבּער

אַ בּליק געטאָן און איז געשטראָכלט געװאָרן... שוואַך איז דער מענטש... אַ פליג...