Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
75
Einzelbild herunterladen

ט

די יאָרן, װאָס איך האָבּ אָפּגעפױילט אין קלויז, טיילן זיך אויף צוויי תּקופות: צוערשט בִּין איך געווען אַ נאַאיװער ישיבה­בּחור געליטן, געווען צופרידן, אַ שעמעוודיקער און אַ משונהדיי קער בּחור--אָבּער אַזאַ װאָס שאַצט אָפּ זיין ווערט. איך האָבּ געפילט, אַז ס'איז דאָ אַ בּאַלײדיקונג אין דעם, װאָס איך עס טעג, אָבֶּער צוליבּ דעם װאָס איך עס צדקהיבּרויט זענען דאָך דורך מיר מיינע בּרױיטגעבּער מקיים די מצווה פון שטיצן לומדים, נאָר דערפאַר, װאָס מיינע בּרױטגעבּער קוקן אויף מיר מיט גרינגשעצונג, דערפאַר װאָס בּיי דער פאַרנאַרישטער ועלט בִּין איך אַן.פּאַטראָן", אַן אָרעמער בּחור, װעלפֿן מען קאָן נישט פאַרגלײכֿן מיט אַ בּאַלעבּאַטישן זון...

אין יענער צייט האָבּ איך בּאַטראַכֿט פאַר אַ חרפּה פֹּאַרֹי נעמען זיך מיט אַ וועלטלעך בּיכֹל, שרייבּן פלעג איך נאָר דבריי תּורה אין לאַנגע בּריו, און דאָס אויך זייער זעלטן. אין דער צווייטער תּקוּפה בּין איך געווען וי אַריינגעװאָרפן צווישן הימל און ערד. אויסערלעך מער אָפּגעלאָון, אָפּט זייער ווייניק געי לערנט און אַמאָל געלערנט מיט התמדה בִּיז די לעצטע כּוחות. אין יענער צייט האָבּ איך געלייענט פאַרשירענע בּיכער. כ'האָבּ מיט זי געקעמפט. דערווייטערט זיך פון זיי, פאַרבּענקט זיך און זיך אומגעקערט צו זיי, כֿ'האָבּ שוין אויך געשריבּן אַסך און נישט בַּלױז דברי-תּורה. איך האָבּ פיינט געקריגן מיין לעבּן, װאָס איז אָפּהענגיק פון אַנדערע, דאָס ,בּעט?יבּרויט", מיין געצווינגענע צביעות, מיין נשמה איז געווען דערדריקט, זי איז געווען געגליכן צו אַ גאַלאַגערטע פעסטונג, װאָס האַלט

5