מריער געווען דער בּעסטער, דער נאָענטסטער צום בּית-מדרש און מיט אַלע מעלות, איז נאָך אַ קורצע שטיק? צייט מיר מיאוֹס געװאָרן און איך האָבּ אים פאַרלאָזן נאָך איידער וי איך האָבּ געקראָגן אַ צווייטן, אין דער צייט, וען אַנדערע עסן אויף איין אָרט צוויי יאָר און מער; פינפטנס: דאָס מפסיק זיין אין לערנען, מיר זיצן און לערנען, דאַכֿט זיך מיטן גאַנצן כּוח, און דער מוח איז פול מיט געדאַנקען װעגן דער נויטיי קייט פון לערנען, וועגן גליק װען מ'איז קלאָר אין ש"ס, וועגן לערנען אויבּערפלעכלעך און טיף, און פון דער זייט קומען גאָר אָן אַנדערע געדאַנקען, װאָס האָבּן גאָרנישט קיין שייכֿות צו דעם, איך בִּין מפסיק און זאָג עפּעס מיינעם אַ חבר... און מיר רעדן אַ לאַנגע צייט וועגן פּוסטע זאַכן... און דער לעצטער חיסרון איז דער גרעסטער; אַפילו אין דער בּעסטער תּקופה, װאָס האָט זיןך אױסגעצייפֿנט מיט התמדה און יראת:שמים, האָבּ איך ליב געהאַט צו רעדן וועגן דער נבואה, דער. אַגדה אין תּלמוד, עולם-הבּא און נאָך אַזעלפֿע זייטיקע ענינים, װעלכֿע גייען אַרױס פון געבּיט פון למדנות. און מיין התלהבות דאַן איז געווען גרעסער ווי בּעת כ'האָבּ געלערנט די דינים ,טוען ונטען? אָדער ,שרץ בּכּעדשה".
די ,קורצע שורות" האָבּן פּאַמעלעך פאַרנומען אַן אָרט אין מיין װעלט. סזאָלן זיך געפינען אַרום מיר ספרים געי שריבּן העבּרעאיש און איך זאָל זײ נישט אָנרירן-- דאָס איז געװען אַ זאַך װאָס איז אוממעגלעך. איך פלעג לײַענען אַסךי טראָץ דער שוועריקייט צו בּאַקומען בּיפֿער, טראָץ דער וירי קונג פון דער סביבה, דער מורא פאַר די קאָנסעקווענצן. דאָס וויסן, אַז מ'טאָר נישט, טראָץ עובדיהס דערמאָנונג, אַז ווען מיר װעלן זיך אומקערן אַהיים, װעט מען אָפּגעבּן אַ דיןי וחשפון, אין װאָס מיר האָבּן פאַרבראַכֿט אונזער. צייט. אָבּער פון דער צווייטער זייט האָט די נייע העבּרעאישע ליטעראַטור נישט געקענט מיטאַמאָל געװינען מיין האַרץ,. וייל. איר שונא, דער בּאַטיצער פונעם אַלטן, װאָס אט אין מיר געזעסן, מלעגט זי קענען מבטל זיין מיט איין װאָרט: מע שיותְ! און
דר