Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
85
Einzelbild herunterladen

-- זאָג מיר נאָר: װאָס איז דאָס פאַר אַ שרייבּעכץ! זאָג! װאָס שווייגסטו? פאַרװאָס רעדסטו גאָרנישט? װאָס איז דאָס פאַר אַ זאַך, צוליב װעלכֿער דו האָסט אַליין אויפגעהערט לערי נען און האָסט נאָך געמאַפֿט זינדיקן אַנדערעז צוּװאָס דאַרף מען דאָס דאָזיקע שרייבּעכֿץ? אָבֶּער װאָס שוייגסטו? װאָס שטייסטו וי אַ גולם? ענטפער עפּעס, גו, זאָג, צוליבּ װאָס שרייבּסטו?

-- גלאַט אַזױ מליצות...-- האָט אָנגעהויבּן עובדיה, אָבֶּער ער האָט זיך פאַרהאַקט און זיך אָפּגערוקט אין אַ ווינקל.

-- מליצות? האַ, מליצותו! איך װעל דין אויך נישט שוינען, חומץ בּן יין... נאָך היינט װעל איך אָנשרייבּן צו דיין טאַטן... חומץ בֵּן יין... יאָ, דו! דו! מליצות-- האַ? אַ שרייי בּער וילסטו זיין? פאַרשפּרײטן ,מעשיות" אויף דער וװעלט; ווילסט זיין אַ חוטא ומחטיא את הרבּים! אוי, ירבעם בֵּן נבט!.. אוי, פּוסט. אוןפּאַסניק!...

און די דינע פינגערל האָבּן זיך צונויפגעקוועטשט אין אַ פויסט.

-- מיזאָל ויסן!..-- האָט זיך געקאָכֿט דער שלעגער-­ס'זאָל זיין אַן אָנלערנונג!.. בּאמת איז עס גאָרנישט... סתּם יינגלשע זאַלֿן... מליצות פון אַ שפּיל װעגן... אַ שיגעון אַזאַ. בּיסט אַן אומזיניקער, המ... ,אַ תּלמיד.חכֿם, אַז ער האָט געטאָן אַן עבירה בּיטאָג, זאָלסטו נישט נאָכֿקלערן אויף אים". המ... ס'איז גאָרנישט... איך וייס, אַז דו װעסט שוין מער נישטי.. די תּורה, װאָס אין דיר, װעט דיך מחזיר למוטב זיין, כיגִּין זיכער... און אויבּ איך האָבּ דיך איצטער אומויסט פאַרשעמט-­זאָל גאָט געבּן, ס'זאָל שוין מער נישט קומען דערצו... און זאָל דיין סוף, חלילה, נישט דערמאָנען אָן דיין אָנהייבּ... פעייי איך עצע דיר וי אַ טאַטע: װאַרף אַװעק. װאַרף אַװעק דיין נאַרישקייט... און איצט... זאָלן זיי וויסן, המ... גי עס וועטשערע. האָסט דאָך היינט װי צו עסן!

יענעם טאָג האָבּ איך געגעסן בי די קלײטמאַנס, דער ערגסטער;טאָג פון מיינע אַלע טעג", און אַז איך בין אַרױיסי

5