קעסטל, װאָס איז פו? געווען מיט העפטן, אָפּגעריסענע בּלעט. לעך, פּױיגנס און נאָטיצנּיכלעך. אַרוֹם-- אַלע ישיבה-בּחורים, און מיינע מיטהעלפער צווישן זיי. אויף אַלעמענס פּנים איז אויסגעדריקט אַ דערװואַרטונג-הנאה, אַן אויפגעהייטערטקייט און אַ פויײיד מיט מיין דורכֿפאָל, אַלע טומלען זיך, אַלע רעדן אַלע פֿאַראורטיילן מיך, מיינע מעשים, און װאַרטן אויף מיין שטראָף. און איך זע אויס-- וי אַ גייסטלעכער, װאָס האָט לאַנגע צייטן געדינט זיין גאָט אין פאַרבּאָרגעניש, און פּלוצים איז מען פֿון זיין סוד געוואויר געװאָרן אין מאַרק, און דער המון לאַכֿט פון אים מיט אַ װילך געלעכֿטער, שפּעט אָפּ פון זיינע אינערלעכע געפילן, שלעפּט אַרוֹיס דעם סוד זיינעם איג. דרויסן אַרױס און טרעט מיט די פיס זיין גאָט..
אַ שטילקייט. אַלע הערן זיך צו צו די רייד פֿון ראש. ישיבה. די ענגטאַפּט אַרום מיר װערט גרעסער, דער ראש-ישיבה רעדט. אין זייגע אויגן בּרענט אַ פייער, דאָס מויל שיט פו. קען, עס קרענקט אים אויפן ,בּחור", וועלכֿער איז אַװעק פונעם גוטן וועג, וועלכער בּלאָנדזשעט און גייט פאַרלױירן. ער הויבּט אֶן שטיל און זיין שטימע װערט װאָס אַמאָל שטאַרקער. נאָך אַ קורצער הקדמה ווענדט ער זיך גלייך צו מיר און הויבּט מיך אָן לויבּן, כּרי מיין חרפּה זאָל זיין גרעסער;
= דו!. דו בּיסט תּמיד געווען פון מיינע בּעסטע תּלמידים, איך האָבּ פון דיר געהאַלטן. דעם אמת מוז מען זאָגן: בּאַלד װי דו בּיסט אָנגעקומען, בִּיסטו געװען אַ גוט יינגל, האָסט געלערנט... און פלוצלינג װער איך געואויר, אַז דו שרייבּסט...
- רבּי!-- קען זיך דער ,מתמיד" נישט איינהאַלטן-גאַכֿט און נאַכט פלעג איך אים זען שרייבּנדיק. כ'האָבּ געמיינט, אַו ער שרייבּט חידושי-תּורה... די חידושים פונעם רבּינס תּורה..,
-- ריס מיך נישט איבּער, צבועק! איך רעד דאָך..-איז שווער דעם ראש:ישיבה צוצוקוקן ,חילול:השם", וי מיפאַרשװעכֿט דעם כּבוד פון זייס אַ ישיבהבּחור; ער שווייגט 8 וילע און קאָכט זיך פּלוצלינג שטאַרק אויף;
84