Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
87
Einzelbild herunterladen

אונזער נסיעה אַהײם איז לכתּחילה געווען מיטן געדאַנק צו פאָרן פון דאָרטן, נאָך די ימים-טובים, ערגעץ אין אַ גרוי. סער שטאָט אַרײן, כּדי צו ווערן מענטשן. אָבּער די צוויי חדשים, וואָס מיר האָבּן פאַרבּראַכט אין צ., האָבּן צונישט גע. מאַכט דעם דאָזיקן בּאַטלוס אונזערן.

עובדיהס קלענערער בּרודער איז קראַנק געװאָרן. די ציטעריקייט פון די עלטערן לגבִּי זײער זון דעם בּכור איז צוליבּ דעם גרעסער געװאָרן. און דער לעצטער האָט נישט געקענט בּיישטיין אַזאַ עלטערן-ליבּע און ער איז פאַרבּליבּן אינדערהיים.

אויך איך האָבּ מיך דאַמאָלס נישט געפונען אין קיין מלחמה-צושטאַנד. מיינע אמתן זענען נאָן געווען זיער שוואַ" כע און זײ זענען אװעקגעבּלאָזן געװאָרן פון אַ געוויינלעך ווינטל. אין מיין אויסערלעכקייט איז פאָרגעקומען זײער אַ קליינער שינוי, אַזױ אַז מ'האָט גאָרנישט דערקענט, װאָס בּי מיר אין האַרצן טוט זיך, און איך האָבּ בּכן פאַר מיין תּורה און פאַר מיין גוטע אויפפירונג געהאַט כּבוד און גליק. און דעם מענטשנס שוואַכקײט איז שטאַרקער פון אים, די לויבּ, וועלכע מ'פלעגט פאַרשפּרײטן אַרום מיר, האָט געפאַנגען מיין -קאַליע ווערן", װאָס האָט זיך פאַרבּאָרגן אין אָפּנאַרערײ. גיין, אָבּער נאָך גרעסער דערפון, און גרעסער אויך פון מיין טאַטנס אויפווייזונגען, אַז;תּורה איז די בּעסטע סחורה", איז געווען מיין רחמנות אויף מיין מאַמען, אין איר שווער לעבּן, װאָס איז פול מיט בּאַלײדיקונג און פּלאָגעניש, פאָרנעם איך דאָך,

י|/:)