Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
88
Einzelbild herunterladen

איך, איר טייערער זון, אַ גרויס אָרט, איר גאַנצע טרייסט-­בּין איך. איר לעבּן איז בּלױז צרות, בּלױז אָרימקײט, בּלױן שאַנד און פאַראַכטונג. זי איז זאַט מיט אַ שטענדיקן טומל, אַ פֿאַרשטונקענע ליכט, פּלאָגענישן און יסורים. יעדער היזק. װאָס טרעפט, יעדעס צעבּראָכן טעפּל מאַכן זי פאַר אַן אומגליקלעכעי און די קינדערשע קרענקענישן און דעם מאַנס גראָבּקײט, און די מאַטערניש, װאָס איז גרעסער פון אירע כּוחות... זאָל דער איינציקער שטערן. אין איר לעבּן,-- זאָל אויך ער פאַרלאָשן ווערן? ניין! איך טאָר נישט זיין אַזאַ אַכּזר! איך װעל נישט פאַרלאָזן מיינע עלטערן, וועמען האָבּ איך אַחוץ זײ? קיינער האָט נישט פאַרמיטן פון צו שפּײען מיר אין פּנים אַרײן, און זײ פילן אַ ליבּע צו מיר. זאָל איך זי פאַראַכטן? גיין, איך װעל נישט זיין האַרט וי אַ דעמבּ. איך װעל גיין אין זײערע וועגן-- און ס'וועט מיר גוט זיין.

און בּכן איז עובדיה פאַרבּליבּן אין צ. און איך בִּין נישט אַװעקגעפאָרן אין קיין גרויסער שטאָט צו ווערן אַ מענטש, נאָר איך בּין צום צווייטן מאָל געפאָרן אין אַ קליין שטעטל אַרײן אין אַ;קיבּוץ" פון בּטלנים, און אין האַרצן האָבּ איך בּיי זיך אָפּגעמאַכט, אַז קיין זאַך װעט שוין מיך נישט אָפּרײסן, אַז איך װעל דערווייטערן פון מיר יעדעס פרעמדע בּיכל, װאָס מאַכט אָן אַ שנאה צווישן דעם מענטש און צווישן זיין פאָטער אין הימל, אַז איך װעל זיין וי אַלע-לערנער" אין קלויז, איך װעל לערנען און לערנען...

אַ לאַנגע צייט האָבּ איך געהאַלטן דעם דאָזיקן נדר מייי נעם. אָבּער וויין, וי בּאַלך ער איז נאָר קאָליע געװואָרן, אין ער שוין אויס וויין.

די שטיינער פון דער פינצטערער פעסטונג.מויער האָבּן שוין צעשפּאָלטן מיין קאָפּי ווען זײ זענען אַרױסגעפאַלן אייני ציקווייז. די זיילן זענען צעשטערט געװואָרן. דער- פונדאַמענט האָט גענומען פוילן און דער מאָל האָט שוין אויך געפרעסן מיין האַרץ. װעט דען אױסהאַלטן דער שוװאַכער טינק, מיט וועלכן איך האַבּ געטינקט?