Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
89
Einzelbild herunterladen

אַ נישט גוטער סימן איז געווען דאָס, װאָס אויך אין יע נע אַלע טעג, ווען איך פלעג מיך פירן וי מיין שטרעבּונג איז דאַן געווען, אָן מרידות און רעװאָלוציעס, איז מיין גיסטי. קער צושטאַנד געווען, פונדעסטוועגן, וי מ'װאָלט גענומען אַ דאַר יינגל, אַ געצערטלטן, און מ'װואָלט אים פאַרשיקט צווישן ווילדע מענטשן צו אַרבּעטן שווערע אַרבּעט, און ער דרייט זיך אַרום צווישן זײ אַן אומעטיקער... די סביבה ווייסט נישט זיינע שטימונגען, זיינע געפילן, זיינע בּאַדערפענישן, און ער ווייסט נישט וי צו דערפילן זייערע פאַרלאַנגען... און ער דרייט זיך אַרום אַ פאַראומערטער מיט דער לאַסט פון זיין טרויער, אַן אומעטיקער מיט זיין בּיטער געמיט.יי

איך פלעג מיך דאַן בּאַמיען זיך איינצורעדן, אַז דער בּעסטער וועג איז צו לערנען אַלץ הלכה למעשה, פּשוטער פּשט, צו גיין אינעם וועג פון די ,ראשונים", וועלכע שטייען העכער מיט דער פּשטות פון זיערע סברות פונעם קרומען פּיל. פּול און שאַרפן דרוש פון די ליטווישע און פּוילישע גאונים פון די לעצטע צייטן, און דערמיט האָבּ איך געגעבּן אַ מעגלעכקייט מיינע חברים אַרױסצוזאָגן זייער מיינונג וועגן מיין ,קענען לער. נען" דורך אַן ,עט", דאָס רוב אויך אָן אַ ,כאָטש" פון אָנהײבּי.י און נאָך אַ זאַך איז געווען, כ'האָבּ אויף איר נישט געקענט מוותּר זיין, און אויך זי האָט מיטגעווירקט, אַז מיינע חברים זאָלן מבטל זיין: ,די מצווה פון ישוב ארץ:ישראל" און אירע אָנהענגער, דאָס הייסט די ,חובבי-ציון", פון דער צייט פון מיין רעדאַגירן דעם ,המאור הקטן"י

די סאָפיזמען, בּיי וועלכע איך האָבּ זיך געהאַלטן אין מיין אַלטער וועלט, זענען געקומען פון זיך זעלבּסט, פון דער טיפעניש פונעם קאַמף פון מיין גייסטיקער עקזיסטענץ! איך האָבּ דאָך מיין גאַנץ לעבּן מקריב געווען אויף דעם דאָויקן אָרט-- וי אַזױ.זשע זאָל איך אים פאַרלאָזן? דאָס איז געווען אַ צושטאַנד, וי דער צושטאַנד פון אַ קאָרטנשפּילער, ווען ער זעט, וי זיין גאַנץ פאַרמעגן גייט איין פון מינוט צו מינוט איז אים שווער אינגאַנצן אַװעקצוװואַרפן דאָס שפּילן. אַזאַ

89