פאַרמעגן האָט ער פאַרלױירן בּיז איצט-- זאָל דאָס אַלץ טאַקע שוין זיין פאַרפאַלן?
אַז עס פלעגט מיר אַרײנפאַלן אין די הענט אַרײן איינס פון די;קליינע בּיכלעך", פלעג איך נישט קענען גובר זיין מיין גלוסטונג און עס איבּערלײענען; איך פלעג עס איבּער' לײענען-- און בּעטן מיט אַלע מיינע כּוחות פאַרגעבּונג פאַר דער שלעכטער זאַך. װאָס איך טו זיך אַלין,
פון די ספרים פון אונזערע חכמים, װאָס זענען זיך עוסק אין פילאָזאָפיע, די װאָס זעצןפאָר דעם מוסר פונעם ;חובת הלבבות", האָבּ איך מיך נישט געקענט אַװעקרירן, צייטנווייז פלעגן זיך בּיי מיר שטאַרקן מיט אַ שרעקלעכער גכורה די געדאַנקען וועגן גאָטהייט און וועגן דער בּאַדערפע. ניש אָנצוהייבּן אַן אַנדער לעבּן: צו דאַװנען מיט מער בּונה. נישט צו רעדן גאָרנישט אַחוץ דברי תּורה, לעבּן פון אייגענער אַרבּעט, נישט צו קוקן אויף פרויען, זיך מטהר צו זיין, בּאַהעפטן זיך צום אייבּערשטן און זיך צו היי. ליקןי
און ס'פלעגט טרעפן, אַז איך פלעג מיך אַליין שטראָפן, הלמאַי איך עס בּיי פרעמדע. ר' פּינחס בֵּן יאיר האָט קיינמאָל קיין המוציא. נישט געמאַכט אויף אַ שטיקל בּרױט, װאָס איז נישט געווען זיין אייגנס, און בּאַזונדער, אַז איך בּין דאָך נישט גלייך צו אַנדערע,
ס'איז זעלבּטפאַרשטענדלעך, אַו דאָט אַלץ איז געווען אויסגעמישט מיט געמיינע געפילן, מיט פּאַסקודנע תּנועות און מיט נאַרישע טאַטן, אַ רעזולטאט פון מיין נאַטור און פון מיינע לעבּנסבּאַדינגונגען אין יענער צייט. ליכט און פינצטערניש, ריינקייט און טומאה, הייליקייט און װאָכעדיקייט האָבּן גע. הערשט צוזאַמען, אין איין פּלאָנטער.
און אַמאָל פלעגט מיר פּלוצים איינפאַלן אַריינצוגײין אין הויז פון איינעם פון די שטאָטישע משכּילים, ווייזן אים מיינע שירים און אים אויסדערציילן אַלץ!
= קוק נישט אויף דעם,-- פלעג איך אים ואָגן,-- װאָס 90