איך בּין אַ ישיבה-בַּחור לויט מיין אויסערלעכקייט, װאָס מיין שפּראַך איז צעקאַלעטשעט. איך האָבּ זיך נישט געלערנט שיין צו רעדן. אַ נשמה האָבּ איך, מיין הער, אַ נשמה און אַ האַרץי אַן אומרויק האַרץ, אַ נשמה, װאָס שטרעבּט צו ליכט...
אַזױ פלעג איך אים זאָגן.
און די טעג גייען פאַרבּײ, פאַרשווינדן...
איך בּין שוין אַלט געװאָרן פולע זיבּעצן יאָר... און איך זיץ אין קלויז...
צום לעצט איז געקומען דער אַנטשײדענער קריזיס.
ס'איז צעשטערט געװואָרן דער טעמפּל, צעבּראָכן געװאָרן די װאַנט, ליידיק געװואָרן דאָס אָרט, פונעם פייער איז אַ פלאַם געװאָרן. אַװעק מיינע יונגע יאָרן...
די פראַגע איז געלעזט געוװואָרן, זאָל זיין(ואָס ס'וועט זיין-- איך מוז פאַרלאָזן אינגאַנצן דאָס בּית.מדרש, אויף
שוין מער זיך נישט אומצוקערן, איך דאַרף פאָרן קיין א, אין דער גובּערניע.שטאָט אַרין, כּדי זיך צו פאַפולקאָמען אין לימודים.
צ., מיין געבּורט.שטאָט, ליגט אויפן וועג, וװאָס פירט פון דער שטאָט, װוּ דער:קיבּוץ" איז, ווו איך האָבּ געלערנט, קיין נ., איך בִּין געווען געצווונגען אָפּצוטרעטן אַהיים צו מייי נע עלטערן.
די מאַסקע, וועלכע איך האָבּ מיר געמוזט אָנטאָן, בּעַת איך בִּין געווען בּײ מיינע עלטערן, איז מיר געווען זייער שווערל. אָבֶּער איך האָבּ מיך בּאַרעכטיקט: נישט צוליבּ מיין טובה וועגן פּראַװע איך דאָך צביעות, נאָר צוליבּ דער רוּיי קייט פון מיינע עלטערן, װאָס כאָטש זײ זענען;פינצטערע פאַנאַטיקער", האָבּ איך דאָך נישט קיין רעכט זי צו פאַרסמען זײער לעבּן. אין פלוג איז די זאַך געראָטן: איך בִּין נאָך נישט געווען געוװוֹינט זיך אויפצופירן פריי, צו זיצן מיטן ;בלויזן קאָפּ", צו עסן אָן אַ בּרכה, און ענלעכע זאַכן, װאָס
91