האָבּן אַ שייכות צו דער פּיאַ ק טי ק. אָבּער די ענדערונג אין מיין גייסט, וועלכע איז געווען;גרויס ווי דער אָפּגרונט', האָט אַרױסגעבּרױיזט אינדרויסן אַרױס. טױאָץ מיין גאַנצער פאָרזיכטיקייט.
-- בּכן, הייסט עס, האָסטו דעם לעצטן ווינטער בּלױיז איבּערגעחזרט ,סדר מועד"!-- שמועסט מיט מיר מיין פאָטער דעם ערשטן טאָג פון מיין קומען-- המ... אָבֶּער... דאַכט מיר אַז אין ,סדר מועד", אין די ,בּבות", בּיסטון געווען בּקי נאָך פאַר צוויי יאָרן, אַ!
-- כע...-- שטייט בּעת מעשה מיין מוטער און האַלט די הענט אויפן האַרצן-- ירמיה...
-- װאָס ווילסטו, מאַמע? בּאַמי איך מיך צו מאַכן זיסער מיין שטימע, אַ דערפרייטער, װאָס האָט איבּערגעריסן די פראַגע וועגן מיין לערנען.
-- דו הערסט!... כ'האָבּ ערשט געקוקט אין דיין קעסטליי.
= נו!יי
-- כע... כ'האָבּ געמיינט.. דער טאַטע האָט געמיינט... וועסט קומען אויסגעפּוצט... האָסט דאָן דאָרטן תּלמידיס אין דער ישיבה... ערשט... בּלױז ספריס..
-- ספרים!-- גיט זיך אַ כאַפּ דער טאָטע-- װאָסערע ספרים?
-- ספרים!... ,על פּרשת דרכיס"...
-- װאָס איז דאָס! אַ-שאלה-ותּשובה"!
-- ניין.
-- טאָ זאָג-זשע:.בּיכל"! װאָס:זשע זאָגסטו: ,ספר! ספר!, זאָג אַ ,ביכל"-- װועל איך וויסן...
הייבּט זיך דאַן אָן מיין מאַמע צו דערמאָנען, אַז ווען איך בּין אַהיימגעקומען דאָס פויערדיקע מאָל, זענען בּיי מיר אין קעסטל געווען ,יורה-דעחס".
-- נו, הער שוין אויף, הער אוױיף מיט דיינע טענות!-שרייט אויף איר דער טאַטע-- דן זעסט דאָך, אַז ער איז
92