Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
93
Einzelbild herunterladen

פאַרטוּן מיט זיינע אייגענע מחשבות אוּן הערט נישט, װאָס דוּ רעדסט... ניין, ירמיה, אויף אַן אמת... טאַקע אַזױ, קיין געלט האָבּן מיר נישט געשיקט, אָבּער צו קויפן אָט די שמאַטעס, זאָלסט מיר מוחל זיין, האָסטוּ געהאַט געלט... מיין נישט... איך בּייזער זיך נישט אויף דיר, חלילה: ס'איז דיין געלט... אָבער װוּ גייט דאָס אַ מענטש אַרוּם הױילינאַקעט! נאַקעט, וי די מאַמע האָט אים געהאַט.. דוּ טראָגסט דאָך אַ װאָכעדיק מלבּוש... עס איז דאָך אַ חרפּה אין אַ שאַנד פאַר לייטן..

-- ויי איז צוּ מיר!-- העלפט די מאַמע אוּנטער מיט אַ יללה-- װאָס װעט ער אָנטוּן צי גיין אין בּית-המדרש?

- איך רעכן אינגאַנצן נישט גיין...--רייסט זיך בּיי מיו אַרױס, איך האָבּ בּאַלד חרטה אוּן איך פאַרשעלט מיין נאַרישקייט.

-- איך קוּם פוּן וועג... אוּן עס איו אַ שלעכט וועטער...-­פּרוּוו איך זיך פאַרריכטן מיין פעלער.

= אָפּער דער בּית-מדרש איז דאָך נישט ווייט פוּן אונוער שטוּ3ּ!-- האָבּן דער טאַטע מיט דער מאַמען אויסגערופן בּיידע מיטאַמאָל.

אין בּית'מדרש שאָקל איך נאָר מיט די ליפּן, איך גיבּ נישט אַרוױֹיס קיין קול. אין אַ פרייער מינוּט קוק איך אַריין א'ן אַ;עיןייעקב", אין אַ ,מדרשי. דער שמש פרעגט בי מיר, װאָס פאַראַ עליה איך ווֹיל, אוּן בּאַקוּמט אַ תּשוּבה: נישט קיין חילוּק, װאָס איז די נפקאימינה!

איך בִּין געװאָרן בּעסער געשטימט,

דאַן האָט דער טאַטע אָנגעהױיבּן קנייטשן מיט די אַקסלען אוּן בּיי יעדער געלעגנהייט, אָן שוּם צוּזאַמענהאַנג, בּאַפאַלן אָט די גראָבּע יוּנגען, װאָס פאַרנעמען זיך מיט השכּלה...

- קענ--טע--ניש...-- פלעגט ער מיט שפּאָט אויסי ציען דאָס װאָרט-- שוטים! צוּליבּ װאָס! צוּ װערן אַ דאָקטאָר איז פאַר אַ יידן היינטיקע צייטן זײער שווער.., װאָס זשע דען! שרייבּן.פּראָטעניעס"! מיר זעען דאָך די 93