אָפּעסן אוּן זוּכֵן פּרנסה. איך דארף טרינקען טיי, זיך אוּנטערי לעגען דאס הארץ מיט אַ שטיק? בּרוֹיט און גיין לערנֶען מיינע תּלמידים. ס'בּליצט מיר דוּרך אַ פאַנטאסטישער געדאַנק, איך זאל היינט נישט גיין! נאַרישקייט! היינט- אוּן מאָרגן! מידארף עסן אוֹיך...
-- אוֹי, עסן דארף מען אוֹיך!
אוּן אין אַ פּאר שעה ארום-- אִיז שוֹין אפילוּ קיין זִכר גישטאָ פון דער ענערגיע אין געהוֹיבּנקייט. אָט די שטאָפּן מיט פּעלים און מיט שמות פין אַטוֹיטער שפּראך העבּרעאיש-- אַזעלכע, וועלכע ווילן עס גאָרנישט קענען- אוֹי, וי זי פֿארטעמפּט די נשמה! אוּן איד בִּין דאָך נישט געי רעכט, אז איך בִּין אין כּעס הלמאי די יינגלעך, מיינע תּלמידים, ווילן נישט צוגרייטן די לעקציעס: זיי קענען עס דאָך נישט וועלן; דאס איז דאך בּלוֹיז דעם טאטנס אַ גזירה, וואס ער אַליין ווייס נישט, צוּליבּ וואס ער דארף עס, און פארװואָס נעם איך די נבזהדיקע רוּבּלס? איך, פאַר זיך, הוֹיבּ איך אָן מיט אַ חקירה: אַ נאציאָנאלע שפּראך, אַ שליסל צוּם היסטאָרישן לעבּן פון פאָלק אָבֶּער מיין תּלמיד חיים האט מער פארגעניגן פון שפּילן זיך מיטן קייטל פוּן זיין זייגער. ער לאכט זיך אוֹיס פוּן ניין פּרוב אים צוּ מַאכן געִי האָרכזאַם, ער ווייס, אז מיינע שטראָפּרײיד האַבּן נישט קיין שוּם ווערט.
= נוּ, בֹּכן װײיסטוּ נישט דעם אינטערשייד אין די סיפיקסן פוּן די צייטווערטער צווישן ערשטער אוּן צווייטער פּערואָן!..
- אין די סופיקסן פוּן די צייטווערטער?
-נוּ, יאָ... צים בּישפּיל;: שִמוִתִּי- שמרתּיו... פאַר שמייסט!.. ושמרתּ..
- נוּ, וואס, פייערטאן!-- האקט מיר דער פאָטער איבּער די ױייך אין קוקט אויף אונז בּיידן, ווי ער וװאָלט זיך געװאָלט איבּערצייגן, ווער איז דאָ שולדיק אינדעם, וואס זיין חיים קוקט ,ווי אַ האָן אין גּני-אדם"- איך חאב שוֹין געזאָגט: אַ סך בּעסֶער וואָלט געווען אים לערנען מעביר"ויין
120