שיך. עקלהאפט. דער קאָפּ װערט צעשפאלטן... אלע גלידער טוען װיי. מיינע געפילן זענען פארטעמפּט. דע דענקענדיקער מענטש אין מיר גוֹססט. אוֹיסער דאס הארבּאטע יינג? איז קיינער נישטאָ אין שטויב. קיין גלאָז טיי איז נישטאָ, אוֹיך דאס בּרוֹיט איז אוֹיסגעגאנגען...
איך גענעץ, צי אויס די גלידער, שטיי אויף אוּן קוק ארוֹיס דוּרכן פענסטער. ואס גייט ארוֹיס אין גאס. אָט גייט זיך רואיק אַ שילער פון דער רעאַל.שוּלע, ער איז זאַט. זיין װעג איז אַ קלאָרער פאר אים, אז ער גייט אַװעק, װערט ער בּאגלייט מיט ליבּע-בּליקן. אוּן איך? אוּן מיינע עלטערן!. בּכן, הייסט עס, בִּין איך מקנא!..
איך ווארף זיך וידער אויף דער קנאַפּע, פאַרמאך די אוֹיגן און הער זיך שטארק איין צי מיין נישטינאַטירלעכן האַרצקלאפן. שוואַרץ-רוֹיטלעכע פּאַסן און פֿינטעלעך שפּרינגען מיר פאר די אוֹיגן און לאָזן זיך ארוֹיס אין אַ טאנץ. און איך שלאָף אָפּ אַ גאנצן טאָג...
און סיסלעגט טרעפן, אז איך פלעג זיך אוֹיפכאַפּן 5 לוצי לינג, אין עפּעס אַ האלבּע נאכט פון אזא תּקוּפה- אוּן כ'סלעג נישט פילן נישט קיין עקל און נישט קיין דורשט און מיין גייסט איז ריין און לוֹיטער. אַרוּם מיר איז פינסטערניש אוּן שטילקייט; מיינע פוֹיסטן זענען צונוֹיפגעקװעטשט און אין מיר איז אַ שטארקע ענערניע, אַ ענערגיע, וואס איך האב נישט געפילט אירסגלייכן בּיז היינט. מיט אַ גיכקייט נישט צוּם איבּערגעבּן, צינד איך אָן אַ ליכט, איך זעץ מיך אויף אויף מיין קאַנאפּע אוּן ווארף זיך אויף איינס פון די לערנבּיכער, וי אן אָדלער אויף זיין רוֹיבּ. ,יאָ, יאָ, איך בּאַפּריי מיך פונם שלעכטן גייסט, וואס האט מיך געהאט ארומגענימען, ס'גייט אוועק פוּן מיר די אַפּאטיע, איך הוֹיבּ אָן ארפעטן אוּן עפעס אוֹיפטאָן". איך לערן עטלעכע שעה אָן אן איבערייס. אלץ איז קלאָר און לוֹיטער. עפּעס אַ גרוֹיסע פרייד איז אין מיר, אלע שלאָפן אוּן איך בִּין ואַך.
אֶט איז אינדערפרי, די שטױגימענטשן שטייען אויף 19