Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
118
Einzelbild herunterladen

אַ וויץ מיר געגעבן אָנצוּגעהערן, אז דעם רוּבּל, וואס ס'קימט איר, וועט זי נישט נעמען אין אַ וועקסל נאָר דוקא א זילבּער. נעם רוּבּל, אז מיינע ארומיקע פאראכטן מיך, ווייל איך עס טרוּקן בּרוֹיט אוֹיך אלע שבּת, אז מיינע שיך זענען פּלוצים צעריסן געװואָרן אוּן די פיס זינקען אין בּלאָטע...

- נארישקייטן!-- שריי איך אָן אוֹיף זיך צום צווייטן און צום דריטן מאָל. אָבֶּער טראָצדעם וואס איך טרייבּ מיך אונטער אוּן מוּרמל: ,נאָך אַ מאָל... נאָך אַ מאָל", טראָצדעם וואס איך הוֹיבּ אָן פון אָנְהוֹיבּ אָן אַ סוֹף מאָל, טראַצדעם וואס איך זיך אין רוּסיש-העבּרעאישן ווערטערבּוך און געפין דעם טייטש פין די ווערטער, וועלכע זענען פאר מיר אומפאר. שטענדלעך,- זענען די ,טעאָרעמעס* זייער ווייט פוּן מיר, מיין מוֹח איז פוּל מיט נעפּל. אַ לאנגווייליקייט, וואס פאר. לייקנט אלץ, וואס איז מבט? אלץ, און וואס גלייכט אלץ אוֹיס, גיסט זיך אריין אין מיר.-- צוּם טייוו?! צום טייוול! צום טיייוו.ל!.. אויף וואס דארף איך דאס אלץ וויסן? כּדי צו ארבּעטן לטוֹבת דער כּדי צו פארגעמען אן אָרט? כּדי צו זיין אָנגעזעען אין מיינע אייגענע אוֹיגן? זאל עס אלץ דער רוח נעמען!.. װאָס בּין איך? א, אין בִּין מיך געי װאָרן 1 ס'האט מיך אָנגערירט גענטער, האבּ איך זיך דער. שראָקן? מיין מאָלצייט האָט מיך נישט צופרידנגעשטעלט?.. ניין-,,ווארום וואס זאָג איך מיין ווילן גוּט צו טאָן אנדערע, וועל איך עס קענען אויך נישט וויסנדיק דידאָזיקע חכמה... כ'וועל אַרוּמפאָרן איבּער די שטעטלעך, איך וועל דרשנען וי אַ פּשוטער מגיד... גױט, וואס כ'האָבּ נישט אוֹיס. געטאָן די לאנגע קאפּאָטע... בּעסער, אז מיין פּנים זאל אוֹיס. זען וי פוּן אַ פּשוּטן יידן... נוּ, נוּ, נו!..

און איך פא? אריין אין אן אפאטיע אוואָך, צוויי װאָכן, אַ גאנצן חוֹדש, איך קען גאָרנישט טאָן. איך שלאָף טאָג אוּן נאכט. דאכט זיך, כ'האָבּ מיך אָקאָרשט אוֹיסגעצוֹיגן אוֹיף דער קאַנאפּע איך כאפּ מיך אוֹיף- אינדערפױי!.. פופצן שעה נאָכאנאנד בּין איך געשלאָפן אין די זאכן און אין די

18